זונטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי שטערן הי"ו,
ב"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו,
ב"ר לוי אהרן עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' אויף א פריוואטע פארנעם לרגל די שמחת החתונה פון נכדו הכלה שתחי' וואס קומט פאר היינט מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך איז דער רבי אריין אין אוהל ווי דער רבי האט צום ערשט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און צום ערשט געזאגט די ערשטע פיר קאפיטלעך תהילים, און דערנאך געזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
ארום 4:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי, דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:10 אין ישיבת עסק התורה בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א וועלכע איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בחורים וועלכע האבן עוסק געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דערביי האבן די בחורים איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בחורים פארגאנגענע מאל און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין ישיבה אין מסכת פסחים, און מסיים געווען בדברי שבח אויף די ישיבה און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול אין מאנסי צום חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' פון מאנסי לכבודו פון הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, ולע"נ אביו הרה"ח ר' משה יודא ז"ל וזקינו הגה"צ בעל שבט הלוי זצ"ל,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פון מאנסי רב שליט"א און אפגעראכטן די ריקודי קודש מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט בהתלהבות אש,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנימין גאלדבערגער הי"ו און ר' חיים שלמה זילבערמאן הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים פאללאק הי"ו און ר' משה הערש קליין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אשר אנשיל צין הי"ו און ר' אברהם מרדכי גליק הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~