מאנטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל הישיבה,
ב"ר אהרן פערל הי"ו
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד 'יציקת הבורות' אין ביהמ"ד הוניאד בראשות הרה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך, חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג החתן הרב ברוך שליט"א בן הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו 15עוו. שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.
ארום 5:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים ארום 5:40, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט האברך ר' שמעון ברמ"ד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו, און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין אחיו הגה"צ אב"ד קהלתינו 15עוו. שליט"א, די זיידע פון די חתן.
קריאת הכתובה: הרה"צ ר' יצחק זעלטנרייך שליט"א - אב"ד קערעסטיר מאנסי,
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, די זיידע פון די כלה,
ברכה אחריתא: כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, די זיידע פון די חתן,
עדי קידושין: הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ,
עדי יחוד: הרה"ח ר' ישראל בצלאל ווייסמאן הי"ו, און הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען די שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה ארום 7:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:00 אזייגער, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:00 אזייגער איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן,
עקסטער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיט אחיו הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' 15עוו. פאר א לענגערע צייט בהתרגשות גדול,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר מרן רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:30,
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברכות ראשונות: הרה''צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט"א - אב"ד נאסאד וומ"ס,
ברכה אחריתא: הרה"צ ר' אלישע יונגרייז שליט"א, בן האדמו"ר מגארליץ שליט"א.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' 15עוו. שליט"א, און די זיידע האדמו"ר מגארליץ שליט"א, און די זיידע הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הגה"צ רבי יואל שליט"א און אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
דערנאך האט די בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און דערנאך אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~