מוצש"ק ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצש"ק ויצא=
ארום 9:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו אין ק''י, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א כתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' אין מאנסי אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות לרגל נישואי בתו הכלה, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן און פארן חתן און די גאנצע משפחה.
ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב''פ אין די זאלן פון עטרת חי' צום דינער השנתי 'וזכני לגדל' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, און דערנאך הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו - מנהל המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה און ארומגערעדט בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, בסיום דבריו האט דער רבי אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די שוידערליכע הפקרות בענין כשרות המזוזות, און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע זענען געדרוקט געווארן, אדער געמאכט געווארן מיט א סטענסיל, וואס אפילו א סופר מומחה קען כמעט נישט דערקענען, און אויפגעפאדערט אנ''ש נישט צו קויפן קיין מזוזות ביי די געשעפטן און סוחרים, נאר פאראויס לאזן שרייבן מזוזות ביי היימישע סופרים יר"ש.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:10.
נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות ביי מחותנו הגה''צ ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט''א - אבד''ק ברעזשאן, בבית מדרשו בבארא פארק, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם געווינטשן ברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ רבי אברהם ברוך זינגער שליט"א - אב"ד ור"מ אלכסנדר מיט הכלה בת הרה''ג ר' ישראל לייפער שליט''א ר''מ בישיבתינו באר התורה אין וומ"ס, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם געווינטשן ברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.
דערנאך ארום 1:00 אזייגער איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו 10'טע עוו. בבארא פארק, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה וחתימת שטרות אויפן נייעם פליגל 'היכל תפילה לדוד', נדבת משפחת הרה''ח ר' דוד ראזענבערג ע''ה, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם פליגל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די בני המשפחה, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע אנוועזענדע.
ארום 1:30 איז דער רבי צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~