דאנערשטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בראשית=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:00 אזייגער בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדר הפרטי.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בנין הבית רחל אין מאנסי "בנין ניישטאדט" און זיך אומגעקוקט אויף אלע שטאקן פונעם בנין פאר א לענגערע צייט, און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, און פונעם ביי מייסטער הרה"ח ר' יצחק גרובער הי"ו און געווינטשן ברכת קדשו,
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 אזייגער, און מעריב ארום 7:30 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
~🌴~