מיטוואך בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בראשית=
~אסרו חג סוכות~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר''מ מיטטעלמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא בערקאוויטש הי''ו.
ב"ר איתמר טובי' שווארץ הי''ו.
ב"ר יואל שפיטצער הי''ו.
ב"ר משה קליין הי''ו.
ב"ר אברהם ווערטהיימער הי''ו.
ב"ר אהרן וויינבערגער הי''ו.
ב"ר משה ווייס הי''ו.
ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי''ו.
ב"ר יואל לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר עזריאל עמרם שווארץ הי''ו.
ב"ר דוב לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר דוד צבי מערץ הי''ו.
ב"ר ברוך לעבאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
פארמיטאג האט דער רבי פארטיילט פירות וועלכע זענען געהאנגען אין די סוכה בביתו נאוה קודש פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען די סוכה און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי - מאנסי, ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די טעג אויף אפרוה ביז קומענדיגן דאנערשטאג נח.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:55 און מעריב ארום 7:30 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
~🌴~