פרייטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בראשית=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 8:50 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים מענדל פייערשטיין הי"ו.
ב"ר חיים יוסף גראס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
~
אויף שבת וועט רבינו שליט"א וויילן אין פארשעי, און אפרעכטן די תפילות און שלו"ס אין ביהמ"ד בוטשאטש.
די סעודת ליל שבת וועט רבינו שליט"א פראווען אויף א פריוואטע פארנעם אין די אכסניא.
מנחה ער"ש: 6:30.
שחרית 9:15.
מנחה ושלו"ס 6:30.
עס וועט זיין צוגעשטעלט א הוקאפ פון שלו"ס פון ארום צען מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
א גוט שבת.
~🌴~