ליל שמחת תורה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ליל שמחת תורה=
פאר מעריב איז רבינו שליט"א געגאנגען אין מקוה,
ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שלמה פילאפף הי"ו.
ארום 1:05 איז דער רבי אריין געקומען צו די געהויבענע הקפות מעוטף בטלית שאולה, און אנגעהויבן אתה הראת.
מיט פתיחת הארון איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' חיים יחזקאל ווייס - מאנטריאל.
ארום 1:20 האט מען אנגעהויבן טאנצן די הקדמות, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 3:20.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פיר מאל.
א) אויפן חרוז ידיד נפש אב הרחמן וכו', ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה אל מול הדרך, מען זאגט
ביים דאווענען אין אנחנו יכולים לעלות ולראות ולהשתחוות לפניך, בוקן קען מען זיך
דאך יא, זאגט דער תניא אז עיקר השתחוי' איז בלב, דורך טון מצות בגוף איז מען זוכה דערצו איז היינט אז מקען נישט עולה רגל זיין קען מען ח''ו אויך נישט ביקן, אבער דורכ'ן טאנצן הקפות און זיך פרייען מיט די תורה בגוף איז מען זוכה צו די השתחוי' והכנעה בלב שלם.
ב) הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סוכת שלומיך, שטייט אין זוה"ק אז די עלטערן קומען אראפ פון גן עדן, וויאזוי קומען זיי צו אזא מגושמ'דיגע וועלט? דורך מצות סוכה ווערן אידן אויסגעלייטערט און דורכדעם איז תאיר ארץ מכבודך ווערט אפילו די מגושמ'דיגע וועלט נתדכך און די אבות הק' קענען אראפ קומען אהער.
דער רבי האט פארענדיגט אז ווען די אבות קומען אראפ קומען זיי נישט מיט ליידיגע הענט, נאר
זיי ברענגען מיט השפעות טובות פאר די גאנצע ציבור,
ג) בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה, דורכדעם וואס מען איז מוסיף לפנים משורת הדין האט מען א דין בנים למקום, און דורכדעם איז מען זוכה צו באקומען אלע השפעות ווי א טאטע געט פאר זיין קינד,
די מנהג פון הקפות איז נישט קיין הלכה אין שו"ע, נאר עס איז א מנהג וואס צדיקים האבן איינגעפירט, בפרט האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע איינגעפירט די סדר ההקפות,
דער רבי האט דערמאנט א מעשה פונעם ייטב לב אז ער האט אמאל געפרעגט א תלמיד וואו ער וועט אים אינזין האבן די הייליגע טעג, האט ער געענטפערט ביי ובכן צדיקים, און ער האט צוריק געפרעגט וואו וועט דער רבי מיר אינזין האבן, האט ער געענטפערט ביי
וחסידים ברנה יגילו, דער רבי האט מסיים געווען אז די וחסידים ברנה יגילו מיינט אונז וואס אונז טאנצן אויף די סדר ההקפות וואס ער האט איינגעפירט.
ד) הקל הגדול עיני כל נגדך רב חסד גדול על שמים חסדך, אברהם אבינו און שרה אמנו האבן מגייר געווען בני דורם, שטייט אין ספרים אז פון די גרים איז גארנישט געבליבן,
לכאורה קומט דאך אויס אז די ארבעט פון אברהם ושרה איז געווען לריק?, נאר די גרים האבן זיך צעשפרייט איבער די וועלט, אזוי אז היינט צוטאג וואו א איד קומט נאר אן האט
שוין די מקום א קדושה פון די עבודת השם פון די גרים תלמידים פון אברהם אבינו, און נאר דורכדעם קענען מיר היינט צוטאג האבן א קיום.
דער רבי האט מסיים געווען בברכת הקודש, און דערמאנט די ביטערע גזירת החינוך וועלכע לויערט אויף אידישע קינדער דא אין ניו יארק, און מעורר רחמים געווען מען זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די ריינע חינוך המסורה לנו מדור דור בלי שום שינוי.
ביי די ערשטע הקפה זענען די הונדערטער געסט פון אייראפע מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די
ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:10.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די פסוקי יחוד און כתר בהתלהבות אש, און איבערגעבן די ספר תורה פאר הרה"ח ר' יודל ווצ"ב הי"ו, וואס האט ממשיך געווען מיט שמע ישראל, און האט געליינט וזאת הברכה,
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' יוסף ניימאן הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' שלום יצחק קרויס שליט"א - לאנדאן.
גלילה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו - מאנטשעסטער.
מ'האט געענדיגט ארום 5:20, און דער רבי האט געוואונטשען גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אפרעכטן די סעודת יו"ט.
נאכ'ן זינגען דעם פיוט מערבית האט דער רבי מכבד געווען מיט'ן בענטשן דעם אייניקל הרב ליפא טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
~
=יום שמחת תורה=
ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' ברא"ש פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
בעל תפילה צו פסו"ד און שחרית איז געווען הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו, ביי נשמת האט מען געזינגען די נוסחאות פון יו"ט, ימים נוראים און שבת, כנהוג.
ביי הויכע שמו"ע האט מען גע'דוכנ'ט, מ'האט געזאגט ותערב, און נישט געזאגט
רבוש"ע, מ'האט גענדיגט שחרית והלל ארום 1:10 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו די הקפות, און אנגעהויבן אתה הראת.
פתיחת הארון הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו - לאנדאן.
מען האט אנגעהויבן צו טאנצן ארום 1:50.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פינף מאל,
א) ידיד נפש אב הרחמן וכו' ירוץ עבדך כמו איל, פונקט ווי אן איל טאנצט אן א מחשבה, אזוי אויך אונז טאנצן בלי כוונה נאר ווייל מיר האבן אזוי מקובל, און דורכדעם וואס מען איז א הולך בדרכי אבות איז מזכירין לו זכות אבות,
אופן ב', אז דורכ'ן טאנצן די הקפות לכבוד התורה איז מען מתקן אלעס וואס מען האט חוטא געווען בריצת רגלים להרע.
ב) הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סוכת שלומיך, צדיקים האבן געברענגט מען זאל שפירן א טעם מעין עולם הבא בשעת קיום המצוות, און דורכדעם איז כל ישראל יש להם חלק בעולם הבא.
ג) בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה, דורך אמונה אין בוכ"ע איז מען זוכה מתקן צו זיין אלעס וואס מען האט פוגם געווען.
ד) פאר די פערטע הקפה - די הקפה פון משה רבינו, אויפן פסוק ושמחת בכל הטוב, אין טוב אלא תורה, מען דארף לערנען תורה
בשמחה און שפירן א זיסקייט, דורכ'ן זיך מקבל זיין לימוד התורה בשמחה קען מען שוין יעצט טאנצן מיט די תורה על שם העתיד.
ה) פאר די הייליגע זעקסטע הקפה, וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו, ס'איז דא צוויי אופנים פון תשובה,
תשובה מתוך דמעות, און תשובה מתוך שמחה, דאס איז די מדה פון יוסף הצדיק, דורכ'ן זיך מאכן קבלות טובות אינעם מידת היסוד די מדה פון יוסף הצדיק איז מען זוכה צו תשובה מתוך שמחה מען זאל נישט דארפן צוקומען צו קיין דמעות חלילה.
ביי די ערשטע הקפה זענען אלע אייניקלעך פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די צווייטע הקפה זענען די די מלמדי תשב"ר בקהלתינו הק' מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
צווישן די הקפות האט מען געזינגן די שטיקלעך פונעם הייליגן חרדים זי"ע בהתעוררות רב.
ביי די זעקסטע הקפה האט דער רבי געמאכט די נענועים מיטן ספר תורה כנהוג מיט גרויס
דביקות און בכיות דקדושה.
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט איבערגענומען
זיין אייגענע ספר תורה, און געטאנצן מיט א ספעציעלע אש קודש וואס האט אריינגעשלעפט די גאנצע עולם אין א געוואלדיגע התלהבות און רגש דקדושה.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 6:15, און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור.
ביים לייענען האבן עולה געווען די משמשים בקודש:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אהרן עקיבא קאהן הי"ו.
דערנאך איז מען אריבער אין פאליש ווי מען האט תיכף ממשיך געווען מיט'ן ליינען,
הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש האט פארגעזאגט דעם 'מרשות' צו חתן תורה, און דער רבי האט
עולה געווען בקול חנק מדמעות, און געליינט די קריאה פון מעונה אלקי קדם בהתרגשות גדול.
הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
חתן בראשית האט עולה געווען, הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווצ"ב הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט א טלית כנהוג.
הגבה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
גלילה: הב' המשב"ק ליפא דייטש ני"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב ווידער הי"ו.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, מ'האט משמח געווען כנהוג, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה,
מען האט געענדיגט ארום 7:05, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געמאכט קידוש און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום נעילת החג טיש אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט ממשיך געווען מיט די סעודת יו"ט,
ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר', מען האט ארויפגעגעבן קרויט.
מען האט מאריך געווען מיט מערערע ניגונים לכבוד יו"ט, אזוי אויך האט הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו פארגעזינגען די ניגונים המיוחסים להרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע.
מיט'ן פיוט "שישו ושמחו" האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ אנטווערפן.
ארום 10:20 האט דער רבי געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן חרוז הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סוכת שלומך, און געטייטשט אז עס איז דא א בחינה פון ישועה מיט וואס הקב''ה העלפט אידישע קינדער נאכן מתפלל זיין, נאכדעם איז דא די בחינה פון עזרה וואס הקב''ה העלפט אפילו נאך פארן מתפלל זיין, אין דעם דור וואס איז אזוי בשפלות איז הקב''ה עוזר דלים און העלפט אידן אויף די בחינה פון עזרה, טרם יקראו ואני אענה, ובסיום דבריו האט דער רבי מאריך געווען בשבח פון די ציבור לאלפים וואס פירן זיך אין די הייליגע טעג בדרכו פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע און פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע ולמעלו בקודש ביזן מהרש''א וואס האבן מסדר געווען די סדר ההקפות און אויך די זמנים מיט א אמתע שמחת יו''ט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג און אריינגעטייטשט שיינע רמזים וענינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דריי מאל לשנה הבא בירושלים.
נאכ'ן געהויבענעם טיש האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפלה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין - משב"ק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז פארגעקומען דער 'מעמד ברכת הקודש' פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען ברכת והדרכת קדשו פאר'ן ריזן ציבור כ"י אנשים נשים וטף.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, מען זאל חלילה נישט צוריק טרעטן נאר גיין פאראויס און אהיים נעמען אלע השפעות טובות פונעם יו''ט און אנגעווינטשן ברכות לרוב ואמר כל העם אמן.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און געזעגענט די געסט מעבר לים.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴~