ליל שמיני עצרת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ליל שמיני עצרת=
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטלית שאולה צו מעריב והקפות.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הגהצ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ ד'קהלתינו הק' ב"פ.
ארום 8:50 האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' שמחה בונם קאפפעל הי"ו.
"מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב"
דער רבי איז ארויף אויפן בימה, און געזאגט די לשם יחוד און למנצח, ארום 9:00 אזייגער האט מען אנגעהויבן צו טאנצן די הקדמה צו די הקפות.
מען האט אנגעהויבן די ערשטע הקפה ארום 10:30, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
ביי די ערשטע הקפה זענען די געסט פון ארה"ק מכובד געווארן מיט א ספר תורה.
נאך די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
נאך די הקפות ארום 11:50 האט מען געזאגט עלינו, און דער רבי האט געוואונטשען גוט יו"ט בצהלות פניו פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געזינגען ניגונים פון שמחת תורה מיט גרויס שמחה.
מיט'ן פיוט האט דער רבי מכבד הר"ר יצחק הורוויץ שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ביום השמיני עצרת תהי' לכם, שמיני עצרת איז קעגן יעקב און אלע אושפיזין פרייען זיך מיט מיט יעקב אבינו, ווייל שמיני עצרת איז א יו"ט על שם העתיד, און יעקב אבינו איז אויך געגאנגען לפי העתיד און געלייגט אפרים לפני מנשה.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:40.
~
=יום שמיני עצרת=
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית,
בעל תפילה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט"א - וומ"ס.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית, און ביי חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל.
ביים לייענען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה''צ ר' אברהם וואלף שנעעבאלג שליט''א - מו''ץ בקהילתינו וומ''ס, און הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א - מרבני קהילתינו מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א - דומ''ץ קהילתינו מאנטרעאל.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה''ח יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ''ס.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
נאך די רבי'ס עלי' האט הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש געמאכט א מי שברך פאר אלע אורחים און פאר אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר.
הגבה: הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו - וומ''ס.
מפטיר: הר"ר יואל יודא רובינפעלד הי"ו - וומ''ס.
הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער - מאנטריאל.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהען דעם ווייסן סטראקעס בעקיטשע און קיטל, און דערנאך אריינגעקומען צו יזכור.
ארום 1:55 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף וגשם,
נאך די תפלה לש"ץ האט דער רבי געזאגט אשרי, כמנהג רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און ממשיך מיט קדיש, פאר שמו"ע האט די משמש הרה"ח ר' יואל
קויפמאן הי"ו אויסגערופן 'משיב הרוח ומוריד הגשם'.
פתיחה צו הויכע שמו"ע איז נתכבד געווארן הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו - ב"פ.
צו קוה און אנעים זמירות האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל היו - וומ"ס.
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה צו קידוש.
עס איז געווען אנגעגרייט מזונות און קינדל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ביום השמיני עצרת תהי' לכם, שמיני עצרת איז על שם העתיד, און אפילו מען איז נאכנישט ראוי צו אלע ברכות, אבער וויבאלד מען האט א רצון צו זיין גוט העלפט שוין דער אויבערשטער און איז משפיע אלעס גוטס על שם העתיד ווען אידן וועלן זיין ראוי דערצו.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות הרב חיים הערש ט"ב שליט"א בן הר"ר סיני שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ביום השמיני עצרת תהי' לכם, און געטייטשט בדרך
רמז אז דורכ'ן שם יב"ק וועט מען זוכה זיין צום ישועה לעתיד.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
~
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
נאך מנחה איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד הגדול צוליב די שטארקע רעגן, דער רבי איז אריין אין די קליינע סוכה שעל יד בית המדרש צד צפון, און אריין אין ביהמ"ד בריקודי קודש בשמחה של מצוה, און געטאנצן ארום דעם בהימ"ד.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, און מען האט געזינגען הגלה נא כנהוג.
דער רבי האט געזאגט תורה, אויפן חרוז הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סוכת שלומיך, דורכדעם וואס מען גייט אין סוכה אום שמיני עצרת און מען איז מוסיף אויף וואס מען איז מחויב מצד הדין, איז השי"ת מקבל די תפילות פון די צדיקים און פון כלל ישראל, און
דורכדעם איז נגילה ונשמך בך.
דער רבי האט געזאגט דעם תפילה כשיוצאים מן הסוכה, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים,
ארום 7:30 האט דער רבי געוואונטשען גוט יו"ט אין אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~