~באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית יואל~
=מוצאי שבת קודש - ליל הושענא רבה - אושפיזא דדוד מלכא משיחא=
ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פארן ליינען,
בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלה"ט לכבוד הוש"ר ואושפיזא דדוד מלכא משיחא בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
נאכן זיך וואשן האט מען געזינגען די זמירות מלוה מלכה,
ביי לחיים האט דער רבי געווינטשן 'א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר',
במשך פונעם טיש זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דקהלתינו הק' בלאמינגראוו,
הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א - לאנדאן,
הר"ר יצחק הורוויץ שליט"א - לאנדאן,
הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס,
הר"ר דוד פערל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ממעמקים קראתיך ה' - קויתי ה' קותה נפשי ולדברו הוחלתי, אז אויב טוט מען תשובה מיראה באקומט מען א מתנה מן השמים צו קענען טוהן תשובה מאהבה, און בפרט אין אזא טאג ווי הושענא רבה וואס איז ארי"ה שאג וואס אין אזא טאג הערט יעדער די בת קול פון הקב"ה און דאס איז ממעמקים קראתיך ה'.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א - רב דביהמ"ד אהל פיגא.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
נאכ'ן טיש איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת ספר תהלים ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
מען האט געזאגט די יהי"ר נאך יעדע ספר, מען האט געענדיגט תהילים ארום 3:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~
=יום הושענא רבה=
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף מיט'ן טלית, קיטל, קאפל און וועסטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית, מען האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים ביי הלל מיט גרויס ברען און דביקות,
נאך הלל האט דער משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
דער רבי האט אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע 'הושענא רבה דרשה' ארום 1:15, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זיבן מאל ביז הושענא למען גדלך ותפארתך,
הושענא למענך אלקינו,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט די באקאנטע משל פונעם ייטב לב זי"ע, הושענא רבה איז די לעצטע טאג, דער מלך גייט שוין אוועק, מען קען נאך צוקומען צום מלך, אבער די בושה איז זייער גרויס, וואו ביסטו געווען ביז יעצט?
בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב, זאגט דער ראפשיצער רב אז איינער איז פארשמירט מיט עבירות הערט מען שוין נישט די בת קול, אבער דוד המלך זאגט ממעמקים קראתיך ה', אפילו ווען מען איז פארשמירט, הושענא רבה איז די אושפיזא פון דוד המלך, קען מען צוקומען צום אויבערשטן אפילו ממעמקים ווען מען איז פארשמירט מיט עבירות,
סוכות מאכט מען די נענועים מיט די ד' מינים צו די ד' רוחות העולם, מוליך ומביא, דער רבי האט
געוויינט בבכיות עצומות ליידער זעט מען די מוליך, אידישע קינדער פארפארן פון וועג, מען זעט אבער ליידער נישט די מביא, זיי קומען נישט צוריק, "טייערע אידישע קינדער, וואו זענט עטץ?!" הושענא רבה נעמט מען די ערבות, ערבה איז בגי' זרע,
'הושענא למענך אלקינו',
אלקים איז דאך מידת הדין, די אבות הק' זענען געווען צדיקים מצד עצמם, אבער אז מען איז נישט זוכה שאצט מען אפ כלל ישראל קעגן די אומות, ווען מען פארגלייכט אונז צו די גוים זעמיר אונז צדיקים, אז מען איז זוכה צו תשובה מאהבה דארף מען נישט אפשאצן קעגן די אומות, אבער תשובה מיראה איז מען מעריך כלל ישראל קעגן די אומות, גייט מען ארויס זכאי בדין.
אז מען קומט הושענא רבה, די לעצטע טאג, איז טאקע זייער א הארבע קשיא, וואו איז מען געווען ביז יעצט?! אבער אז מען פארגלייכט אונז צו די גויים, זיי קומען נישט הושענא רבה אויך
נישט, דערפאר גייט מען ארויס זכאי בדין, אבער לויט די מידת הדין איז נישט גענוג מעריך זיין קעגן א שוואכערן, נאר מען דארף זיין חשוב בפני עצמו, אבער אויב קומט מען פאר די כבוד פון די מלכות, דעמאלט איז אפילו די מידת הדין מסכים אז מען שאצט אפ קעגן א שוואכערן.
דאס איז הושענא
למענך אלקינו, אויב איז עס למענך, דעמאלט איז אפילו אלקינו, אפילו מידת הדין, איז אויך מודה אז מען קען אפשאצן קעגן די אומות העולם.
~
"הושענא למענך
בוראינו",
תשובה גייט לפי הדור, אין די פריערדיגע דורות האט מען געדארפט גאנצע תיקיני תשובה, אבער אין אונזער דור איז גענוג א תשובה מועטת, דאס זאגט מען ביי ארשת שפתינו מבין ומאזין מביט ומקשיב, דער אויבערשטער פארשטייט די מצב פונעם דור, און לויט דעם דארף זיין די תשובה.
בתחילה האט דער
אויבערשטער געוואלט באשאפן די וועלט במידת הדין, מיט די גאנצע תיקוני תשובה פון תענתים וסיגופים אויף יעדע עבירה, אבער דער אויבערשטער האט געזען שהעולם אינו
מתקיים, דערפאר האט ער עס באשאפן במידת הרחמים.
דאס איז הושענא
למענך בוראינו, דער אויבערשטער איז אונזער באשעפער, ער האט אונז באשאפן, ער פארשטייט אונז, און ער האט ביים באשאפן די וועלט באשאפן מיט מידת הרחמים, אז אפילו אונזער תשובה
מועטת זאל אויך גענוג זיין.
~
"הושענא למענך
גואלינו",
ס'איז דא צוויי קליפות, איינס מחל"ת, גי' תע"ח, די אנדערע איז לילי"ת גי' ת"פ, מיט די 2 כוללים זענען ביידע צוזאמען תתק"ס, די צוויי קליפות זענען מעכב די תפילות פון אידישע קינדער.
אין א מקוה איז דא תתק"ס לוגין, די כח פון א מקוה איז מבטל די כח פון די קליפות, דערפאר גייט מען אין מקוה פארן דאווענען, דערמיט איז מען מבטל די כח פון די קליפות, קענען זיי נישט מעכב זיין די תפילות.
אין מצרים שטייט ותעל שועתם אל האלקים מן העבודה, וויאזוי האבן די קליפות נישט מעכב געווען? דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו כי אהי"ה עמך, אהי"ה עמך איז גי' מקוה, אידן זענען געגאנגען אין מקוה, און דורכדעם ותעל שועתם, קומט אויס די גאולה אין מצרים איז געקומען דורכ'ן גיין אין מקוה.
דאס בעט מען הושענא למענך גאלינו, אין מצרים האט דער אויבערשטער אונז אויסגעלייזט אין זכות פון גיין אין מקוה, דאס בעט מיר אונז אין זכות פון טבילה במקוה יעדן טאג אזוי ווי דער בעש"ט הק' האט מתקן געווען, זאל דער אויבערשטער מקבל זיין אונזערע תפילות.
~
"הושענא למענך
דרשינו,"
שטייט אין תהילים קאפיטל ק' "הוא עשנו ולא [לו] אנחנו", די קרי איז מיט א ו', די כתיב איז מיט אן א', אין פרשת שמיני ביי די חגבים וואס מען מעג עסן שטייט "אשר לא [לו] כרעים ממעל לרגליו", דרש'נט די גמרא, אז אפילו עס האט נישט יעצט די כרעים נאר עס גייט שפעטער האבן, מעג מען עס שוין עסן. די זעלבע זאך ולא אנחנו, אונז זעמיר ליידער אין גלות, שטייט דאך לא עמי אתם, אבער בעתיד גיי מיר אונז יא זיין, רעכנט מען שוין יעצט אז אונז זעמיר דער אויבערשטנ'ס, דאס איז כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כה' אלקינו בכל קראינו אליו, לו מיט א ו', דאס איז ווייל בכל קראינו אליו, מ'גייט נאך די קריאה, און די קריאה איז מיט א ו',
כי ימכור איש את בתו לאמה, שטייט אין זוהר הק' כי ימכור איש איז הקב"ה, את בתו איז כנסת ישראל, לאמה מיינט מען גלות, באמת איז א פלוגתא אין מסכת קידושין צי מען קען פארקויפן א קינד צוויי מאל, אויב האלט מען יש אם למסורה קען מען נישט פארקויפן 2 מאל, אויב האלט מען יש אם למקרא קען מען יא פארקויפן צוויי מאל.
אונז זעמיר אין גלות גולה אחר גולה, זעט מען דער אויבערשטער נעמט אן יש אם למקרא, אויב אזוי איז לו אנחנו לו מיט א ו' אפילו אין גלות על שם העתיד, דאס איז הושענא למענך דרשינו, דו השי"ת דרש'נסט דאך יש אם למקרא, אין דעם זכות הושענא.
~
"הושענא למען
אמיתך",
פון יעדע מחשבה, דיבור אדער מעשה ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים ממציא
זיין די מחשבה מכח אל הפועל, קומט דאך אויס אז פאר יעדע שלעכטע מחשבה ווערט באשאפן
א מלאך המשחית וואס שטופט דעם מענטש צו עבירות, אויב אזוי ווי איז מעגליך פאר א מענטש זיך קעגנצושטעלן?
שטייט אין גמ' כל העוסק בתורה מזיקין בדלין ממנו, דורך לימוד התורה ווערט מען פטור פון די משחיתים, קען מען בלייבן אן ערליכער איד, דאס בעט מען הושענא למען אמיתך, די תורה הק' ווערט
אנגערופן אמת, אין זכות פון לימוד התורה זאל דער אויבערשטער אונז העלפן זיין ערליך און אפגעהיטן.
~
"הושענא למען
בריתך",
די טבע פון א איד איז ליב צו האבן השי"ת, נאר די חטאים מאכן א מסך המבדיל, אויב אזוי וויאזוי קען מען תשובה טון מאהבה? אפילו אויב מען טוט תשובה מיראה בלייבן דאך שגגות, בלייבט דאך די מסך המבדיל, און די מסך שטערט די אהבה?,
מצות מילה איז א כריתת ברית בין שני אוהבים און עס איז חקוק בבשרינו, דורך מצות מילה שיינט דער אויבערשטער אריין אהבה אין די הערצער פון אידישע קינדער, און דורכדעם איז מען זוכה
צו תשובה מאהבה.
ראש השנה און יוה"ק זענען זמנים פון תשובה מיראה, די תכלית איז דאך אבער תשובה מאהבה, דערפאר זעט מען סיי אין ראש השנה און סיי יוה"ק מרומז מצות ברית מילה, ראש השנה תקעו בחודש שופר בכסה ליום חגינו כי חק לישראל הוא משפט לאלוקי יעקב, ה'וא מ'שפט ל'אלקי י'עקב איז ר"ת מילה, יוה"ק כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה', מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י 'ה' איז ס"ת מילה.
דאס בעט מען הושענא למען בריתך, אין זכות פונעם אות ברית קודש וואס יעדע איד האט אויף זיך זאל מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה.
~
"הושענא למען גדלך
ותפארתך",
שטייט אין מגן אברהם אז מען זאל נעמען די לולב בימין ואתרוג בשמאל, נישט נאר בשעת די נענועים, נאר אויך ביי די אמירת הושענות,
ווען מען בענטשט א קינד לייגט מען ארויף די הענט, די ר"ת פון די 5 אצבעות [גודל, אצבע, אמה, קמיצה, זרת] איז בגי' קי"ב - דאס איז די שם יב"ק, אז מען נעמט די ד' מינים אין איין האנט איז איין מאל די שם יב"ק, אז מען נעמט עס אין ביידע הענט איז צוויי מאל די שם יב"ק, יב"ק איז גי' הוי"ה אלקים, דאס איז די סוד פון המתקת הדינים, עס איז דא נאך א שם יב"ק, אהי"ה הוי"ה אדנ"י, דאס איז אויך יב"ק, דאס איז די מקור פון כל הברכות והטובות, אז מען נעמט די די' מינים אין ביידע הענט איז מען זוכה סיי צו המתקת הדינים, און סיי צו כל הברכות והטובות, דערפאר זאגט מען צוויי מאל הושענא, איינס פאר המתקת הדינים, און די צווייטע פאר כל הברכות והטובות,
ולקחתם לכם ביום
הראשון, איז גי' לשמוע אל הרנה ואל התפלה, דורכ'ן נעמען די ד' מינים אין ביידע הענט איז מען זוכה צו ביידע שמות יב"ק, די שם יב"ק טרעפט מען צוויי מאל,
איין מאל יענך ה' ביום צרה, די ר"ת איז גי' יב"ק, און דאס איז המתקת הדינים, די צווייטע מאל איז יעננו ביום קראינו איז ר"ת יב"ק, און דאס איז מקור פון כל הברכות,
דאס בעט מען הושענא למען גדלך ותפארתך, די לולב ווערט אנגערופן גדלך, בעט מען "אין זכות פון די ד' מינים זאל מען זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה, א שנה טובה ומבורכת, אונז
זאלן זוכה זיין צו בני חיי ומזוני רויחי, רפואות, ישועות, גוטע שידוכים, שטייט אין אמרי נועם, "קול מבשר" איז גי' לולב אתרוג, מ'זאגט עס הושענא רבה, הושענא למען גדלך ותפארתך, אז מ'זאל זוכה זיין אין זכות פון די ד' מינים זאל מען זוכה זיין צום קול מבשר מ'זאל זוכה זיין צום ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
ארום 2:30 האט דער רבי געענדיגט די דרשה מיט ברכות לרוב צום נייעם יאר, און ממשיך געווען מיט די הושענות און די זיבן הקפות, צווישן די הקפות האט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א געבלאזן די תקיעות, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי רצון.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי לייב גליק הי"ו.
מען האט געזאגט אתה הראית מיט די י"ג מדות און רבוש"ע און שיר למעלות פון עשי"ת, בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרב שמואל הערש כהנא שליט"א - מאנסי.
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו - מאנטריאל.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר יושע קליין שליט"א - מנה"ר ישיבה קטנה ירושלים.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרב חיים האלבערשטאם שליט"א - ב"פ.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט,
תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 4:15.
עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אין די גרויסע סוכה, דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און זיך געוואשן.
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג.
מיט'ן פיוט פון תתננו האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל קרויס שליט"א, בן הגה"צ רבי שמואל בנימין שליט"א - לאנדאן.
ברכת המזון: הרה"ג ר' עזרא משה כאירא שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 5:10.
דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~