פרייטאג - יום ג' דחוה"מ סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג - יום ג' דחוה"מ סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו - מאנטשעסטער.
שלישי: הרה"צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א - מסטאניסלאוו מאנסי.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר יצחק ברוך ברוין שליט"א - מאנסי.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט אריבער אכציג אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען וויילן אויף יו"ט בצל הקודש.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
~🌴~