דאנערשטאג - יום ב' דחוה"מ סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג - יום ב' דחוה"מ סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:55.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך קליין היו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
כהן: הר"ר יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
שלישי: די בעל שמחה די אבי הבן הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הב' מאיר אליעזר ט"ב, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגע אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען וויילן אויף יו"ט בצל הקודש.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אלי' גרויס שליט"א - מבערבעשט ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:40,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי נכד רבינו שליט"א בן הנולד אצל הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א,
מוהל איז געווען די זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
סנדק: די זיידע הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א.
סנדק מעומד: די זיידע הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א.
מיט די ברכות איז רבינו שליט"א מכובד געווארן, ויקרא שמו בישראל 'יצחק' נאכן זיידן האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז די ציבור אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
די סעודת ברית איז פארגעקומען בסוכה שע"י בית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין און זיך געוואשן צום סעודה,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן די בעל שמחה די אבי הבן שליט"א,
מיט די זמירות און שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען נכדיו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א, הב' מאיר אליעזר ט"ב, הב' ישכר בעריש ט"ב,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יוקל ט"ב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה ווי דער רבי האט משלב געווען די מצוה פון ברית מילה צו די מצוה פון סוכה, און פארענדיגט בברכת קודש פארן בעל שמחה און פאר די גאנצע משפחה.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און די הרחמנ'ס די בני המשפחה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל אושפיזא דאהרן=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צוליב די שטארקע רעגן האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום סעודת יו''ט אינעם פריוואטן סוכה בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט זיך געוואשן ארום 10:00 אזייגער ווען די רעגן האט נאכגעלאזט און מהאט געעפענט די שלאק, עס האבן מיטגעגעסן די משמשים בקודש הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און עטליכע אייניקלעך,
מיטן ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' יושע הי"ו - משב''ק.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת בית השואבה אין ביהמ''ד הגדול - צד צפון.
ביים אריינקומען האט דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך פונעם טיש האבן די משוררים געזינגען ניגונים לכבוד יום טוב ושמחת בית השואבה,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפלה למשה קאלאשין מאנסי.
הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בבית שמש.
הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - אב"ד קהלתינו לינדען.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און ארויסגעברענגט אז די מצוה פון סוכה איז א זכר פאר די ענני הכבוד וואס איז געקומען אין זכות פון אהרן הכהן, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז סוכה איז משפיע דעת און ארויסגעברענגט אז די ריכטיגע הכנה צו שמחת תורה איז דורך לימוד התורה און מעורר געווען צו עוסק זיין בתורה ליל שמחת תורה פאר די הקפות און צוגעענדיגט בברכת קודש פארן גאנצן ציבור.
דערנאך ארום 11:45 איז דער רבי אריבער פארנט פונעם ארון הקודש ווי עס איז פארגעקומען די ריקודים של מצוה דורך אנשי שלומינו לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד און האט זיך צוגעקוקט פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט פארלאזט
די ביהמ"ד ארום 12:30.
~🌴~