שבת חול המועד סוכות תשפ"ג
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת חול המועד סוכות תשפ"ג=
~ליל אושפיזא דיוסף~
ארום 6:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
מען האט נישט געזאגט קיין הודו פאר מנחה כנהוג.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
פאר קידוש האט דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי שבת, ביי די זופ האבן די בעלי אושפיזין געשטעלט וויין, און זענען אריבער נעמען שריים פון די זיסע מייערן.
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפוזין.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו, און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה אין די סוגיא פון דבר שיש לו קצבה.
קה אכסוף: הר"ר שמחה יוסף הירש שליט"א - ירושלים.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו דקהלתינו הק'.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט דאנערשטאג בראשית כ"ה תשרי.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטטענבערג שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:55.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און פארגעזאגט אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש.
נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט הושענות.
נאך די הושענות האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ הרבנית הצדיקת רחל ע"ה אשת חבר פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע.
פארן ליינען האט מען געזאגט קהלת.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ דכוללינו וומ"ס, און הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראשי הכוללים בק"י.
כהן: ר' מענדל גרשון שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו - מאנטשעסטער.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
רביעי: ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' קלמן אליעזר בר"ש עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.
שביעי: הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו - מאנטריאל.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל דאסקאל הי"ו - ב"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו - ב"ב.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו - מאנטשעסטער.
כהן: הרה"ח חיים אלעזר פריעדמאן הי"ו - לאנדאן.
לוי: הרה"ח ר' שלמה וואזנער הי"ו - מאנטשעסטער.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר מרדכי וועבערמאן הי"ו - מאנטריאל.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מצות סוכה איז משפיע דעת, און דאס ברענגט אז מען זאל קענען מבחין זיין צווישן א מצוה און א עבירה טראץ וואס די יצה"ר איז מצבע די עבירות פאר מצוות,
און דאס איז מרומז ווייל די דפנות הסוכה דארף זיין הויך י' טפחים און ברייט ז' טפחים, איז עס ע' טפחים, דאס איז מרמז אויף די עיניים, סוכות איז משפיע שמירת עיניים און דורכדעם עפנט זיך די עיני השכל קען מען מבחין זיין צווישן א מצוה און אן עבירה קען מען תשובה טון.
אשת פוטיפר האט פראבירט איינצורעדן פאר יוסף הצדיק און
פארבן די עבירה אז ס'איז גאר א מצוה, אבער וויבאלד יוסף
הצדיק האט זיך אפגעהיטן די אויגן, האט ער דורכדעם געקענט מבחין זיין צווישן אן עבירה און א מצוה במילא איז ער נישט נכשל געווארן,
און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי מוסר והתעורורות בעניני קדושה, און צוגעענדיגט בברכת קדשו אז הקב"ה זאל העלפן אז בזכות מצוות סוכה זאל מען זוכה זיין צו קענען ריכטיג מבחין זיין צווישן אן עבירה און א מצוה און זוכה זיין צו תשובה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה געוואונטשן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
~🌴~