יום הקדוש אינדערפרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש אינדערפרי=
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
צו אנעים זמירות איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נחמן דוב העלער הי"ו.
בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
צו שחרית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב ר' יואל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - חדב"ן.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - בראזיל, הרה"ח ר' מענדל גראס הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.
מיט הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ, און הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' חיים לעבאוויטש הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט געמאכט א מי שברך לרגל הולדת הבת אצל ר' חיים שלום ביקעל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים שפיטצער הי"ו - סיגעיט.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק.
הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש סטראלאוויטש הי"ו.
גלילה: ר' חיים שלום ביקעל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דאן איז איז געווען פויזע.
ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו יזכור.
נאך הזכרות נשמות איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף.
מען האט אנגעהויבן ארום 1:40.
רבינו שליט"א האט שטארק מאריך געווען בתפלת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
די סדר העבודה האט דער רבי געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו, הרה"ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו, הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, הר"ר מעכיל ניימאן שליט"א, הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו, הרה"ח ר' יוסף נח לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:50.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה.
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אלי' גראס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו.
שלישי האט רבינו שליט"א עולה געווען.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו - ב"פ.
מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג.
מען האט נישט געזאגט אבינו מלכנו.
מען האט געענדיגט מנחה ארום 6:45.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו נעילה.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יואל צבי פרייזלער הי"ו.
נאך קדיש האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן שופר, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 7:55.
דער רבי האט צוגעווארט ביז נאכ'ן ערשטן מנין מעריב, און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:20.
נאך מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי אריין געקומען צו הבדלה אין היכל תהילות יוסף.
נאך הבדלה האט דער רבי געמאכט א לחיים און אויסגעפאסט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
~🌴~