"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
=מוצאי יום הקדוש תשפ''ג=
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג ארום 11:10.
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן "א גוט געבענטשט יאר מ'זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס"
מיט המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.
דערנאך האט דער משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט יצו ה' חסדו, למען יעקב עבדו וכו' זרעינו וכספנו ירבה כחול,
דער רבי האט געפרעגט אז לכאורה וויאזוי מעג כלל ישראל הנאה האבן פון עולם הזה עס באלאנגט דאך פאר עשיו?
האט דער רבי געזאגט אז מען זעט אז יעקב אבינו דרש'נט יא "את" את ה' אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, קען מען ארויסלערנען דערפון אז תנאי התנה הקב"ה במעשי בראשית אז אויב די אידן זענען נישט מקבל די תורה ווערט די וועלט חרוב, במילא זענען די אידן א מציל מזוטו של ים, מעג מען יא הנאה האבן פון עוה"ז,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב און געוואונטשן מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, און עס זאל קומען א זיס יאר מיט אסאך געלט און אלע גוטע השפעות פאר גאנץ כלל ישראל.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אהרן מייזליש שליט"א רב דביהמ''ד ברך משה ב''פ, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א. מען האט פארענדיגט די טיש ארום 12:50 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
''אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו''
~🌴~