~ליל כל נדרי~
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~ליל כל נדרי~
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קיטל, און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו', דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם בעש"ט הק' אויפן מדרש 'בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב וכו', זאגט דער בעש"ט אז יעדער איד הערט די בת קול און ווערט נתעורר לתשובה,
שטייט אין זרע קודש אז עס זענען דא מדריגות, און ווי מער פארשמירט מיט עבירות אלץ שוואכער הערט מען די בת קול ביז מ'הערט עס שוין אינגאנצן נישט, אבער יום הקדוש איז מכפר אויף די עבירות אז מען זאל יא קענען הערן די בת קול
און זוכה זיין לתשובה,
דערנאך האט דער רבי פארטייטש דעם פיוט לערב יוה"ק "ותפלתו תחזה מחר יהיה האות הזה", נאכזאגענדיג פון תפארת שלמה (פקודי) אז ווען השי"ת קוקט אויף אידישע קינדער, דאס אליינס ברענגט א ישועה, אזוי ווי מיר בעטן 'הבט משמים וראה', דער רבי האט אויסגעפירט אז דאס ברענגט א ישועה, אויך איז דאס משפיע א התעוררות תשובה, א רוח טהרה ממרום, מיר זאלן זוכה צו א תשובה שלימה בבחינה גבוה. און דאס איז אינזער תפילה דעם היינטיגן טאג, אז השי"ת זאל אונז אנקוקן.
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי חיזוק און מוסר,
לעת כניסת היום האט דער רבי געזאגט ווידוי.
און נאכגעזאגט אז די מנהג האט דער קדושת יו"ט איינגעפירט לצאת ידי שיטת הרמב"ן, ובפרט אז דורכדעם איז עס אויך תשובת הרבים וואס דאס איז א הויכע בחינה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט זאגענדיג אז "והעלה רפואה שלמה" איז בגימטריא תשפ"ג, און
געוואונטשן א רפואת הנפש און א רפואת הגוף און מען זאל זוכה זיין לתשובה,
דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן,
און מיט די ספר תורה אין די הענט האט רבינו שליט"א מעורר געווען בקול בכי אז די תורה הק' פרעגט פון יעדן איד "ווען האב מיר אונז זיך לעצט געטראפן"?!
און דער רבי האט גאר שטארק מחייב געווען יעדן איינעם צו האבן א שיעור קבוע יעדן טאג,
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן איבערבעטן די תורה, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן געוויינט פאר די תורה הק' צו זיין א מליצה ישרה פאר אידישע
קינדער,
נאך די דרשה האט דער רבי פארגעזאגט אור זרוע, און פלגי מים, דריי מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געזאגט קם רבי שמעון, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן "כל נדרי".
די ספרי תורה האבן געהאלטן הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א, און הר"ר יודא מאיר לייכטאג שליט"א.
מיט די פתיחות ביים דאווענען זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - מו"ץ, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד סאוט אכט, הר"ר שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ, הר"ר שמחה טייטלבוים שליט"א.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, און נכדי רבינו הרב יואל גלאנץ שליט"א, הרב יחזקאל טייטלבוים שליט"א, הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, הרב ליפא אשכנזי שליט"א, און הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו.
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הרה"ג רבי לייבוש וויינפעלד שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:15, און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געווינטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו.
~🌴~