יום הקדוש שנת תשפ"ג בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש שנת תשפ"ג בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ערב יום הקדוש אינדערפרי ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל צו סליחות,
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:20,
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט מקיים געווען די מנהג כפרות.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געפארן צום בית השחיטה.
ארום 6:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת ק"י, ביים אנקומען האט רבינו שליט"א בודק געווען דער חלף מיט וועלכע דער שוחט האט גע'שחט'ן דער רבינ'ס הינדל, אלס שוחט האט געדינט הר"ר יואל בר"מ ווערצבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם.
דערנאך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון די אנדערע שוחטים, און ארום געגאנגען אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת ביז ארום 7:30.
ארום 8:10 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג לקראת יום הקדוש בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס.
ארום 10:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
נאכן דאווענען איז הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש אריין צום רבי'ן בחדרו הפרטי און געגעבן לעקעך כנהוג בערב יום הקדוש.
~
ארום 2:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אין היכל תהילות יוסף.
דער רבי האט זיך געוואשן, איינגעטונקען די פרוסת המוציא אין זאלץ און האניג, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עריכת השלחן.
ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות, כשר געמאכט דורך הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
דער פיוט "ירצה" האט רבינו שליט"א פארגעזונגען מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, מיט די ניגון פון אהבה רבה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט במה אקדם וכו' ובידי אין מעש ועל 'זאת' לבי יפחד, 'זאת' איז ביגמטריא 'צום קול ממון', א איד שפירט אז ער האט נישט קיין שום מצוה, ווייל חלילה די מלאכים משחיתים כאפן אוועק אלע מצוות ומעשים טובים, 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' וואס דאס גייט ארויף אויף מצות מילה, וואס דאס קענען
זיי נישט אוועק נעמען, ווייל עס איז חקוק אינעם גוף, און אין דעם זכות זענען מיר זוכה בדין,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 3:40.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער ציבור איז אריבער לברך ולהתברך פאר בערך א האלבע שעה.
נאך די מקוה ארום 4:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד.
בעל תפלה ביי מנחה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:20.
אין שטוב האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת המפסקת,
פארן זמן איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט אנגעצינדן די יזכור לעכט בחדרו הפרטי, און ווי אויך האט דער רבי אנגעוואונטשען אלע וואס זענען אריינגעשריבן אין ספר הזכרונות.
~🌴~