דינסטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נצבים=
~ג' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אברהם חיים כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 10:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב"ד אולם שליט"א - קווינס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
א גוטע נאכט.
~🌴~