מאנטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נצבים=
~ב' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ר"י שיעור ד'.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב יאזשעף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א תלמידי ישיבתינו הק' 'ישיבה קטנה דרכי התורה מאנסי' בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א, אויף מסכת גיטין בע"פ,
דער רבי האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, און דערנאך פארטיילט כתבים פאר די בחורים.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מאמשינוב ארה"ב שליט"א וועלכע איז געקומען אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~