מיטוואך נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נצבים=
~ד' דסליחות~
ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הר"ר אהרן ווערצבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
ב"ר יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל בלייך הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך זענען אריבער די תלמידי כתה ח' פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני תפילה במשך די ימי הקיץ העעל"ט.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד משה יהושע נ"י, דער רבי האט צום ערשט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די ציצית און קאפל,
דערנאך האט דער רבי זיך געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן מען האט געענדיגט ארום 1:20.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלכסנדר שאלאמאן הי"ו פון בראזיל,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעווינטשן פאר די משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~