זונטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל יצחק לעוו - תאומים.
ב"ר חיים אברהם יודא וועכטער.
ב"ר מנחם מענדל גאלדבערגער.
ב"ר משה שלמה קאליש.
ב"ר שלום מאיר אלטר רובין.
ב"ר יואל בר"ד כהן.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל ר' יודל אקערמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד, און דער רבי האט פארציילט סיפורים פונעם הייליגן עטרת צבי מ'זידיטשוב זי"ע וואס איז היינט געפאלן די יארצייט.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון האשה החשובה אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה, ווי די אלמנה אינאיינעם מיט אירע חשוב'ע קינדער האבן אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הבית רחל אין בני ברק לע"נ אביהם,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעווינטשן פאר די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:40 אויפדערנאכט.
ארום 8:30 איז פארגעקומען א אסיפה אינטן אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש מיט די באטיילוגונג פון די רבני ועסקני וועד הצניעות דקהלתינו הק' פון קרית יואל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין, און דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ווי דער רבי האט אויסגעשמיעסט פאר א לענגערע צייט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר מנחם בנציון ווארפסמאן שליט"א - אב"ד בוטשאטש מאנסי, אינאיינעם מיט בנו החתן, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר דעם מיטוואך, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל בר"ה סאנדעל און הר"ר אברהם כהן שליט"א,
און פון די מחותנים ר' משה אליעזר זאלדאן און ר' אליעזר זוסיא סופר,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~