מאנטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא הערשקאוויטש.
ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הרב אליעזר לאזרוב חב"ד רב פון יוסטאן טעקסאס און רב פונעם ארטיגן שפיטאל וועלכע העלפט אסאך ארויס חולי ישראל פון ניו יארק, און שטייט אסאך בקשר מיט חברי הצלה פון קרית יואל.
דער רבי האט זיך פאראינטערסירט אין די פעולות לטובה און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה קליין און ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' העניך קרויס און ר' אברהם יושע בערקאוויטש אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ראטה און ר' נפתלי יעקב דרעזנער אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון די ישיבה קטנה וואס האבן אנגעפירט די קאמפיין אריינצוברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים ובין הזמנים,
דער רבי האט געגעבן א מתנה א זמירות ברך משה פאר אלע גבאים, און געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב אליעזר גראד און ר' מתתי' אירגאס,
און פון די מחותנים ר' יושע בער שווארטץ און ר' יואל לאקס,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~