שבת קודש פרשת חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חקת=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים נחום ווערצבערגער.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל לאנדאן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק זאת חקת התורה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו כלל ישראל האט א דין בנים למקום.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ברא"ד ראטה - ירושלים.
ברכת המזון: הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א - אב"ד ניאמץ וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן עטרת צבי מ'זידוטשוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג י"א תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב אלטר ב"ר נפתלי וואגשאהל.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אהרן מאשקאוויטש - וומ"ס.
שלישי: החתן מרדכי יודא ב"ר חיים משה ביטמאן - באווארפען.
רביעי: החתן ישראל דוד ב"ר שלמה קליין - באווארפען.
חמישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה וראש הכולל בוומ"ס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב יחזקאל ווייס.
ר' חיים אברהם פרענקל.
שביעי: ר' שאול יודא שווארטץ, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו - לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה קליין.
גלילה: הרה"ח ר' חיים פעלדמאן - מאנסי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען אב"ד ניאמץ וומ"ס שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם צבי עקשטיין - בני ברק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר ווייזער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נטע מרדכי קויפמאן.
כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער - וומ"ס.
לוי: ר' שמחה ישראל לאנדא.
שלישי: ר' אלימלך שמשון ווייס - לאנדאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"י קליין - ירושלים.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעוו - לאנדאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'זאת חקת התורה' און ארויסגעברענגט אז די סגולה פון פרה אדומה איז ניצל צו ווערן פון מחשבות זרות עס איז מעורר אז 'אין לך רשות להרהר אחריה' נישט ח"ו צו האבן מחשבות זרות, און פארדעם איז 'פרה במרה נצטוה', הקב"ה האט שוין געגעבן מצוות פרה אדומה פאר מתן תורה ווייל אין זכות פון עוסק זיין במצוות פרה באקומט מען ריינע מחשבות און אזוי האט מען געקענט צוגיין צו מתן תורה,
און דער רבי האט געזאגט אז די סגולה פון גיין אין מקוה יעדן טאג ברענגט די זעלבע זאך צו ניצל ווערן פון מחשבות זרות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים לייב קויפמאן - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יואל ב"ר נטע מרדכי קויפמאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם הערש קליין.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט 'כי מלאכיו' לרגל דאס אפרייזן קיין ניו העמפשיר אויף אפרוה דעם דאנערשטאג.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
א גוטע וואך.
~🌴~