מיטוואך בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר בעריש מויזקאפף.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב בר"ש הכהן פריעדמאן און ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר אברהם גראס און ר' שמואל מאיר הירש אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד,
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' דוד שטוהל און ר' דוד יצחק קליין,
און פון די מחותנים ר' יואל שלמה פארקאש און ר' זאב שערצער,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~