דאנערשטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מנחם שמואל פראנקעל.
ב"ר הערש בער מייזעלס.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל יב' פסוק ב', ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט התרגשות איבער די ווייץ שניט ווי דער רבי האט באזוכט דעם מאנטאג אין יומא אריזאנע, און ארויסגעברענגט די חומרות און מעלות פון די אריזאנע ווייץ.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז אריין בקודש פנימה די כתה ט' פון ישיבה ספרינג וועלי,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געווינטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב הערש פערל און ר' משה שמואל לאנדא, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנציון לעבאוויטש און ר' חיים בער מענדלאוויטש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ברי"ד לאנדא און ר' ברוך עקשטיין,
און פון די מחותנים ר' יואל ברע"מ ווייס און ר' אהרן משה שווארץ,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~