דינסטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בהעלותך=
~פאוסטוויל אייאווע~
ארום 6:00 אזייגער פארטאגס איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר פונעם בית השחיטה,
דער רבי האט צום ערשט בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, און פאר א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן סדר השחיטה, און דערנאך ביים חלק הבדיקות הריאות, ווי דער רבי האט געמאכט בדיקות פנים און איבערגעקוקט צענדליגע ריאות פאר א לענגערע צייט פון אריבער א שעה,
ארום 8:30 איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט, ווי אויך איז דער רבי אריין צום חלק פון די שחיטת העופות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים,
און נאך א לענגערע צייט פון נאנט צו 5 שעה אינעם בית השחיטה, בערך אום 10:30, איז דער רבי אריבער געגאנגען צו די ארטיגע מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
נאך תפילת שחרית האט דער רבי זיך צוריקגעקערט צום בית השחיטה ממשיך צו זיין און מיטהאלטן די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א, צום סוף האט זיך דער רבי געזעגענט פון די שוחטים ומשגיחים און אנגעווינטשן ברכות לרוב,
ארום 1:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די בית השחיטה און איז צוגעפארן צום לופטפעלד.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם לופטפעלד ארום 2:15, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:30.
ארום 5:30 (ניו יארקער צייט) האט געלאנדעט דער פליגער אין טיטער-בארא לופטפעלד, און רבינו שליט''א איז תיכף ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש קיין וומ"ס ווי מען איז אהנגעקומען בערך 6:45.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:15.
ארום 9:20 האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ צום סיום יסודי התורה בקרב אנ"ש אין מאנטריאל.
ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~