מאנטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:20.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים דוד ניישטאדט.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
"ושמרתם את המצות"
ארום 10:30 פארמיטאג איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן צום טיטער - בארא לופטפעלד בטילטולא דאורחא אויפן וועג קיין יומא אריזאנא צו זיין ביים ערשטן ווייץ שניט דורך בית האופה המהודרת שע"י קהלתינו הק',
ארום 12:00 אזייגער האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו וומ"ס שליט"א, און הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א, א וועג פון ארום 5 שעה,
ארום 2:00 אזייגער (5:00 אזייגער ניו יארק'ע צייט) האט די פליגער געלאנדעט אין יומא אריזאנא, וואו רבינו שליט"א איז תיכף
צוגעפארן צום פעלד, און איז אפגעווארט געווארן דורך חברי הנהלת בית האופה, אינאיינעם מיט דייני קהילתינו הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' בוומ"ס, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' בק"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט,
ווי אויך זענען אנוועזענד געווען דייני ומשגיחי בית האופה דק"ק פאפא בשליחות פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א,
רבינו שליט"א האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויף די קוועלער וואס באוואסערן די פעלדער, וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן זיגל וועלכע ליגט אויפן וואסער סיסטעם פון ווען די ווייץ הייבט אן צו ווערן געצייטיגט,
ווי אויך האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביי די שומרים וועלכע געפינען זיך שוין אויף די פעלדער די לעצטערע וואכן,
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן קאמביין מאשין ווי דער רבי האט געזאגט לשם מצות מצוה און אנגעצינדן די מאשין און בטירחה דגברא רבה געפירט דעם קאמביין מאשין אריבער די פעלד פאר א לענגערע צייט קרוב צו א האלבע שעה צו שניידן דעם ערשטן שניט אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אראפגעזעצט קלויבן די פריש געשניטענע ווייץ פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט רבני קהלתינו שליט"א און בשעת מעשה איז אויסגעשמועסט געווארן די פילצאליגע חומרות פון די ווייץ און אלע מעלות פון שניידן אין אריזאנע,
ביים ענדיגן האט מען געזינגען ניגוני שמחה אויף די זכי' וואס מען האט צוצושטעלן מהודר'דיגע ווייץ פאר מצות למהדרין מן המהדרין,
אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר די בעלי בתים און די שומרים פון די פעלד, און געוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך אומגעקוקט לארכה ולרחבה פון די גיגאנטישע פעלדער פון ווי מען האפט ארויסצונעמען דעם היסטארישער ציפער פון א מיליאן פונט ווייץ פארן געברויך פון די בתי אופה דקהלתינו הק',
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך אומגעקוקט אויף די רייניגונג אפטיילונג וואו מען רייניגט די ווייץ און זיך אומגעקוקט אויף אלע חומרות והידורים אז ס'זאל ח"ו נישט צוקומען צו א חשש חמץ,
ארום 5:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד, אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין אכסניא ווי עס האבן אפגעווארט די פארמער פון די פעלד וואס האט צוליב טעכנישע סיבות נישט געקענט אנקומען צום פעלד ווי דער רבי האט זיך באדאנקט און ארויסגעברענגט די זכי' וואס ער האט אז מ'קען האבן מהודר'דיגע ווייץ און געווינטשן ברכת קדשו,
ארום 5:20 (8:20 ניו יארקע צייט) האט זיך די פליגער געהויבן וואו דער רבי איז
אפגעפלויגן קיין פאוסטוויל אייאווע באזוכן די בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק',
אויפן פליגער האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך עוסק געווען בלימודיו,
ארום 10:30 (11:30 ניו יארקע צייט) האט די פליגער געלאנדעט אין פאוסטוויל אייאווע, וואו מען איז צוגעפארן א וועג פון א שעה צום אכסניא, ביים אנקומען ארום 11:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם אכסניא.
~🌴~