שבת קודש פרשת אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת אחרי
~שבת מבה"ח אייר~
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך.
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסד נתיבת התורה עטה"ק בעיר בני ברק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' חיים יאקאב - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א - ירושלים, בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אחרי מות שני בני אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טעם כעיקר.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה - ויואל משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מ'ניקלשבורג זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ר"ח אייר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א, חתן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' חיים יחזקאל לאנדא.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:10.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר.
כהן: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן.
שלישי: הרה"ג ר' יעקב זיידא שליט"א - דומ"ץ וויזניץ וומ"ס.
רביעי: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
חמישי: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם מאסרי, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' העניך קרויס.
מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס - וומ"ס.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל ראזענפעלד - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' עמרם בראך, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביי די סעודה בביתו נאוה קודש האט דער רבי גאר ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' אברהם מאסרי מגדולי עסקני קהלתינו הק', לרגל הולדת בתו למז"ט.
~
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרק פארלערנען ארום 7:00 אזייגער,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה ז' 'נתאי הארבלי אומר הרחק משכן רע ואל תתחבר לרשע ואל תתיאש מן הפורעניות', און דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע מהלכים בדרך דרוש ופלפול ואגדה ומוסר,
צום סוף האט דער רבי מעורר געווען אויף פארשידענע ענינים צווישן אנדערע האט דער רבי מעורר געווען איבער די קדושה פון מנהגי ישראל און בפרט איבער זיך מישן אום פסח, אזוי ווי מען זעט טאקע אז עס האט זיך געמאכט מכשולות ווי אידן זענען רח"ל נכשל געווארן מיט חמץ בפסח, און אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען אויף 'הרחק משכן רע' און אויפגעפאדערט אז מען זאל זיך נישט ארויסציען צו די גלילות אויב ווייסט מען נישט ווער די שכינים זענען, ווייל א שלעכטע שכן קען גאר שטארק משפיע זיין לרעה סיי אויף זיך און בפרט אויף די קינדער,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 8:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' אלי' שפיטצער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער.
כהן: ר' לוי יצחק שעהנברוין.
לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער.
שלישי: הרה"צ ר' דוד ליבערמאן שליט"א - אב"ד שעניא וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק בזאת יבא אהרן אל הקודש, און די מדרש זאגט אז 'בזאת' מיינט מען בזכות מצוות שבת, לכאורה וואס איז די שייכות? האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם תולדות זי"ע אז ער פרעגט אז עס שטייט 'ואהבת את ה' אלוקיך' לכאורה וויאזוי קען מען מצווה זיין אויף אהבת ה'? מען קען דאך נאר מצווה זיין אויף א מעשה נישט אויף א זאך וואס איז תלוי בלב? זאגט דער תולדות אז די טבע איז אז א איד האט ליב הקב"ה נאר אויב מען זינדיגט ווערט א מסך המבדל צווישן כלל ישראל און הקב"ה, און די ציווי איז אז מען זאל ח"ו נישט זינדיגן במילא וועט זיין א אהבה צו הקב"ה,
ווערט שווער לכאורה וויאזוי קען מען תשובה טוהן מאהבה ווען מען זינדיגט ווערט דאך א מסך המבדל און עס קען נישט זיין א אהבה צו הקב"ה?
האט דער רבי געזאגט אז די קדושת שבת איז אזוי גרויס אז עס נעמט אוועק די מסך המבדל צווישן כלל ישראל און הקב"ה,
האט דער רבי געטייטשט 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' אז ווען אהרן הכהן איז אריין יוהכ"פ אין קדשי קדשים און ער האט געוואלט אז הקב"ה זאל מכפר זיין אויף די עבירות פון כלל ישראל דארף מען דאך קודם תשובה טוהן, און לכאורה וויאזוי קען מען תשובה טוהן עס איז דאך דא א מסך המבדל? במילא איז אהרן הכהן אריין בזכות מצוות שבת וואס דורך די קדושת שבת פאלט אוועק די מסך המבדל און עס ניצט תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד ישמח משה.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.
א גוטע וואך.
~🌴~