פרייטאג אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אחרי=
-יום י"ג למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ניימאן ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בנציון ליכטענשטיין.
ב"ר נפתלי יוסף ווייס.
ב"ר יעקב שלום שטיינבערג.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון הקודש און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי מוסר והתחזקות בענינים בין אדם לחבירו, זיך שטעלנדיג אויף די משנה איזהו מכובד המכבד את הבריות זעהט מען אז איזהו בזוי המבזה את הבריות, און ארויס געברענגט אז ווען איינער פארשעמט א צווייטן אפילו ווען ער האלט אז דורך דעם וועט ארויס קומען א כבוד איז דאס א בזיון און דאס טאר נישט געטוהן ווערן.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
א גוט שבת.
~🌴~