זונטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קדושים=
~אדר"ח אייר~
-יום ט"ו למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע קאהן - תאומים.
ב"ר בנציון מעזעי.
ב"ר מנחם זאב שטערן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:25 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש און ר' יעקב וויזעל,
און פון די מחותנים ר' חיים פאלאק און ר' משה הערש קליין,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:25 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~