דאנערשטאג אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אחרי=
-יום י"ב למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שווארטץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז אריין אל הקודש פנימה הרה"ח ר' שלמה אליעזר גליקמאן ווי ער האט געוויזן פאר רבינו שליט"א א סידור השל"ה וואס האט די חתימה און האט באלאנגט פארן הייליגן חות דעת זי"ע פון וועם דער רבי איז א אייניקל,
דער רבי האט באטראכט די סידור מיט א שטארקע התרגשות און געזאגט אינעם סידור די יהי רצון פארן תפילין לייגן.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן.
ב"ר פנחס פראנקל.
ב"ר משה באסול.
ב"ר יואל ברש"נ הירש.
ב"ר ישעי' יצחק רובין.
ב"ר מענדל גרשון אינדיג.
ב"ר יואל ברז"ל אינדיג.
ב"ר אברהם דוב דייטש.
ב"ר חיים ברוך יואל דיימאנד.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער צעהלימ'ע רב זצ"ל וואס איז היינט געווען די יארצייט, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער פארשידענע שטעט אין די אלטע היים וואס מען האט געריפן אנדערש ווי עס האט עכט געהייסן צוליב וואס די שטאט איז געריפן געווארן אויף די נאמען פון א ע"ז.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגה"צ ר' עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדזשארדש ע"פ בתו ע"ה אשת הר"ר ברוך יקותיאל שליט"א.
און משפחת המנוח הרה"ח ר' משה יחזקאל שרגא גאלדענבערג ע"ה.
און הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער ומשפחתו ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ע"פ אחותו ע"ה.
און בבית משפחת ראטה ע"פ אחיהם ע"ה.
און בבית משפחת נאווע ע"פ אמם ע"ה.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אליעזר זוסיא רייז און ר' בערל ראזענבערג, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~