דאנערשטאג אחרי א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אחרי א'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון יואל קליין, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די חתנים פון ארץ ישראל און פון אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדרים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד שאיבת מים שלנו במעמד אלפי אנשי שלומינו,
צום ערשט האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעורורות, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון הכנה למצווה, און צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דערנאך האט דער רבי געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אנגעפילט עטליכע קריגלעך מיט וואסער פאר מים שלנו, און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ודייני קהילתינו צו שעפן מים שלנו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי,
ביים זמן ר"ת איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין היכל הביהמ"ד.
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט בודק חמץ געווען, דער רבי האט אנגעגרייט די צען ברעקלעך אויפן טיש כנהוג בבית סיגוט - סאטמאר, און געמאכט די ברכה על ביאור חמץ, און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ארומגעגאנגען אינעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, דערנאך האט דער רבי געזאגט כל חמירא מיט שטארקע השתפכות הנפש.
א גוטע נאכט.
~🌴~