מיטוואך אחרי א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אחרי א'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר וועזעל.
ב"ר אברהם מאיר ראזענפעלד.
ב"ר יואל חיים לעבאוויטש.
ב"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:15 אויפדערנאכט.
ארום 9:45 זענען אריין בקודש פנימה די הנהלת קופת רבינו - אבני חסד אינאיינעם מיט די חשובע בחורים גבאי הקופה וועלכע זענען ארומגעגאנגען נאך געלט פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט,
דער רבי האט פארטיילט א הגדה לב אהרן און דערנאך ווארעם אנגעווינטשן פאר אלע גבאים.
ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~