ערב יו''ט פסח תשפ''ב בצל הקודש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
= ערב יו''ט פסח תשפ''ב בצל הקודש =
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל שעהנברוין ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
תיכף נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט א לחיים אויף ביר כנהוג בחדרו הפרטי, דענאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט די חמץ פארן גוי.
דער רבי האט געמאכט א קנין און איבערגעגעבן די שטר.
דערנאך איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ,
דער רבי האט אריינגעווארפן די צען ברעקלעך און די לולב,
דער רבי האט געווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די יה''ר מיט כל חמורא מיט השתפכות הנפש.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד יו''ט.
ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צום מצות באקן אינעם בנין ישיבה קטנה אויף די געציל בערגער גאס, ווי דער רבי האט זיך צום ערשט געוואשן די הענט.
דער רבי האט אריין געגאסן די וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס.
בשעת'ן טיילן האט רבינו שליט"א פארגעזאגט הלל מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
דער רבי האט געוועלגערט א מצה, און דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די אויווענעס.
דער רבי האט מפריש געווען חלה, און פארלאזט דעם בעקעריי.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום מצה בעקעריי דקהלתינו אויף די דינוב גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, דערנאך האט דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א אפגעברענט די לעכט ווי יעדן ערב שבת כנהוג.
מערכת בצל הקודש וואונטשט א כשר'ן פרייליכן פסח פאר אלע נאכפאלגער.
א גוט שבת א גוט יום טוב.
~🌴~