זונטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג טהרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו''ץ בקהלתינו הק'.
ב''ר שלמה יעקב בערקאוויטש.
ב''ר דוד יואל כהן
ב''ר יוסף יושע גאלדבערגער.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אין באגלייטונג פון הגאון ר' משה בראנסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק ווי דער רבי האט געצייגט די פילע הידורים און חומרות וואס מען האט איינגעשטעלט, דערנאך איז דער רבי אריבער אין די בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הגאון ר' משה שליט"א ווי דער רבי איז פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען און איבערגעגאנגען די חומרות והידורים מיט וואס די בית השחיטה צייכענט זיך אויס.
ארום 6:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"א קויפמאן און ר' מנחם מענדל גאלדשטיין אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמואל אברהם גרינפעלד און ר' יואל קרויס אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק מיטעלמאן און ר' מרדכי פייערשטיין אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם מרדכי באש און ר' משה אלי' עסטרייכער,
און פון די מחותנים הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש און ר' אלכסנדר משה ווייס,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~