שבת קודש פרשת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת
=תזריע החודש=
~שבת ר"ח ניסן~
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר:
החתן הערשל בן הר"ר אשר חיים ווייזער.
החתן אברהם חיים ב"ר מנחם יודא אונגאר.
החתן משה יודא ב"ר אליעזר צבי ניימאן.
החתן אפרים פישל ב"ר יואל מענדלאוויטש.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל הבית רחל, בשם די הנהלת המוסדות פון ק"י, לרגל די ביומו תתן שכרו קאמפיין.
קבלת שבת: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א - מנהל ישיבתינו סניף ויואל משה - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב יאזשעף - בני ברק.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אשר רובין שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה ב"פ.
מנוחה ושמחה: הר"ר מאיר מייער שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'לא נתקרר דעתו של איוב עד שראה פרשת אשה כי תזריע' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו ביי א בן נח גייט מען נאך רוב.
קה אכסוף: הר"ר אהרן וועבער שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה ב"פ.
ברכת המזון: הר"ר אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו ב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ה' ניסן.
קה רבון עלם: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די קינדער זענען אריבער נעמען פירות.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אהרן אפרים קארנבלי.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף - ב"ב.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:55.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אשר חיים ווייזער שליט"א - ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און פארגעזאגט די יוצרות לשבת החודש, און דערנאך אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' חיים פריעדמאן - ב"פ.
הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן.
הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל פערל.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער.
שלישי: החתן הערשל בן הר"ר אשר חיים ווייזער - באווארפען.
רביעי: החתן משה יודא ב"ר אליעזר צבי ניימאן - באווארפען.
חמישי: החתן אליעזר ב"ר יצחק מיטעלמאן - באווארפען.
שישי: החתן אברהם חיים ב"ר מנחם יודא אונגאר - באווארפען.
שביעי: החתן אפרים פישל ב"ר יואל מענדלאוויטש - באווארפען.
הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער.
אחרון - קריאת ר"ח: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
הגבה: הר"ר אברהם מאיר פערלמאן שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה ב"פ.
גלילה: הר"ר שלום ווייסמאן שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה ב"פ.
מפטיר - החודש: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמשון רובינפעלד.
ר' אהרן בערגער.
ר' יואל בר"ע הירש.
הגבה: הרה"ח ר' יקותיאל יושע בודק.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן - ב"פ.
דער רבי האט געזאגט די הפטורה פון שבת החודש און די ערשטע און לעצטע פסוק פון די הפטורה פון שבת ר"ח.
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לכבוד שבת החודש און לכבוד שבת ראש חודש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן.
מען האט געענדיגט ארום 1:35.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גרינוואלד, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א - מנהל במוסדותינו הק' בוומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן - מאנטריאל.
כהן: ר' נפתלי יצחק כהנא.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש.
שלישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון שבת החודש ווי דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן זרע קודש זי"ע אז די ר"ת פון ה'חודש ה'זה ל'כם ר'אש ח'דשים איז בגימטריא 'אברהם', און דער רבי האט ארומגערעדט אז אין זכות פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידת החסד אין כלל ישראל פירט זיך הקב"ה אויך מיט מידת החסד און איז מוחל פאר כלל ישראל אפי' אויף די עבירות וואס מען געדענקט שוין נישט און מען קען נישט תשובה טוהן, אויב מען טוט תשובה אויף די עבירות וואס מען געדענקט,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכות אז 'בניסן נגאלו בניסן עתידין להיגאל' און אפי' עס שטייט אז 'אין ישראל נגאלין אלא בתשובה' און לכאורה אסאך עבירות געדענקט מען שוין נישט און מען קען נישט תשובה טוהן דערויף, אבער אין זכות פון די מידת החסד פון כלל ישראל וואס מען פארטיילט אסאך צדקה יעצט פאר פסח פירט זיך אויך הקב"ה מיט מידת החסד און איז מוחל כלל ישראל אפי' אויף די עבירות וואס מען געדענקט שוין נישט, און דורך דעם קען מען זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
ידיד נפש: הרה"ג ר' חיים פריעדמאן - ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לרגל די יארצייטן פון די באבע'ס מחברתה הטהורה פונעם עצי חיים זי"ע און מחברתה הטהורה פונעם קדושת יו"ט זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
א גוטע וואך.
~🌴~