מאנטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג טהרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר''ב גלאנץ ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר מנחם דוד מאשקאוויטש,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר הערש ניימאן און ר' יואל משה יצחק הערשקאוויטש אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מנחם יודא אונגאר און ר' יקותיאל יושע בודק אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרב יעקב דוב בלאך שליט''א די הויפט רב פון קיעוו אוקריינע, ווי ער האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן פארן אויפשטורעמען די וועלט אין פאר רבני ועסקני קהילתינו וואס האבן זיך אריינגעווארפן בדמים תרתי משמע צו שאפן סכומים אדירים למען פעולת הצלה, ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א פולע באריכט פון די ברייט פארצווייגטע פעולות הצלה פון די מסירות נפש'דיגע וועד הצלת אוקריינע און איבערגעגאנגען מיטן רבין די ווייטערדיגע פלענער אין פעולת הצלה.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ס און הר"ר אברהם יוסף יודא אקערמאן,
און פון די מחותנים ר' אהרן שלמה אפפעל און ר' יואל דוד דרעזנער,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~