זונטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תזריע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה חיים כהן,
און לבן הנולד אצל ר' יואל ראובן לעווי,
און לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ש ווייס,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר יעקב גרינוואלד, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר טובי בראך.
ב''ר דוד שלמה בערגער.
ב''ר יושע פנחס שעהנפעלד.
ב''ר משה מערץ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב'.
דערנאך איז אריין בחדרו הפרטי די מנהל הישיבה הר"ר קלמן האלבערשטאם שליט"א, ווי ער האט געצייגט פארן רבי'ן די ספר תורה וואס ווערט אריין געגעבן אי''ה די וואך דאנערשטאג דורך די תלמידי הישיבה, ווי ער האט אנגעוויזן פארן רבי'ן אז מען האט עס געשריבן כהוראת רבינו שליט''א וואס דער רבי האט מעורר געווען ביים התחלת הכתיבה בכל פרטיה ודקדוקיה, דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פאר די גבאים וואס האבן ארויס געהאלפן. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו ישיבה גדולה שיעור ד' ווי עס איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ישיבה דורך הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה,
דער רבי האט אריינגעפירט די תורה אין היכל הביהמ"ד און געטאנצען מיט גרויס התלהבות פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די ראשי הישיבה די נדבן הרה"ג ר' יצחק יעקב שליט"א און הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א צו טאנצן מיט די תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעורורות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך 'אחור וקדם צרתני' און ארויסגעברענגט די שמחה וואס איז דא ווען מען הייבט אן צו שרייבן א ספר תורה און די שמחה ווען מען ענדיגט שרייבן א ספר תורה און די השפעות וואס קומט אראפ ביי א הכנסת ספר תורה, און צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר הרה"ג ר' יצחק יעקב שליט"א און אנגעווינטשן פאר די בחורים מען זאל זוכה זיין צו 'אחור וקדם צרתני' און מקשר זיין סוף התורה לתחילתה און זוכה זיין צו שידוכים במהרה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~