שבת קודש פרשת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת
~שמיני - פרה~
=שבת מברכין חודש ניסן=
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אנשיל ברה"א עקשטיין- מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבת שערי יוסף נאווארדאק אין פראנקרייך.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 9:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין מראשי קהלתינו בבית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וידום אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה לפני הדיבור דוחה עשה לאחר הדיבור.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ברכת המזון: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' משה ארי' ברש"ה עקשטיין.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב ברייטשטיין - בית שמש.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:35.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און פארגעזאגט די יוצרות לשבת פרה,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ביי ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן קויפמאן - מאנטריאל, און הרה"ח ר' אפרים יוסף עפשטיין - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, מרבני קהלתינו הק' בוומ"ס.
כהן: החתן חיים אברהם ב"ר הערש פנחס מאשקאוויטש.
לוי: החתן שמואל הערש ב"ר מנחם ישעי' לעווי.
שלישי: החתן יעקב ב"ר פנחס פראנקעל.
רביעי: החתן יושע ב"ר יעקב יודא גפן.
חמישי: החתן שמעון ב"ר צדוק היילברוין.
שישי: החתן לייבוש ב"ר יעקב קעסלער.
שביעי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם בראך - וומ"ס.
הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין.
מפטיר די קריאה פון פרה: רבינו שליט"א. דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אהרן מנחם גרשון אונגאר.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב בראנער - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא בביתו נאוה קודש לרגל די שמחת הולדת הבת אצל נכד רבינו הרב יוקל בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ויואל משה - ברך משה,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות אין פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעווינטשן פאר חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס פראנקעל - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' בערל פעלדמאן - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי ראזענפעלד - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרה און זיך געשטעלט אויפן פסוק זאת חקת התורה און געפרעגט אז לכאורה דארף שטיין זאת חקת הפרה נישט זאת חקת התורה?
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע אז ווען איינער טוט א מצוה אויב האט ער געהאט הייליגע עלטערן איז די שכר נישט אזוי גרויס משא"כ אויב האט ער געהאט שוואכע עלטערן איז די שכר זייער גרויס, און לכאורה איז דאך נישט קיין חידוש אז די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע ווייל זיי זענען דאך בני אברהם יצחק ויעקב? נאר וויבאלד זיי זענען געווען פארזינקען און טומאת מצריים און מיט דעם אלעם האבן זיי געזאגט נעשה ונשמע איז די שכר זייער גרויס, און טאקע שפעטער זעט מען אז די אידן האבן געמאכט א עגל זעט מען אז די אידן זענען נאך געווען פארזינקען אין די טומאה במילא ווערט די שכר פאר נעשה ונשמע גרעסער,
קומט אויס אז טאקע פון די פרה אדומה וואס קומט מכפר זיין אויף די חטא העגל זעט מען אז די אידן זענען פארזינקען אין עבירות במילא ווערט א חידוש אז די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע און די שכר איז טאקע זייער גרויס אפי' זיי זענען בני אברהם יצחק ויעקב, און פארדעם שטייט זאת חקת התורה און נישט זאת חקת הפרה ווייל דורך די פרה ווערט גרעסער די שכר פאר די תורה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי התחזקות אז יעדע איד דארף ארויסנעמען א חיזוק פון דעם אז ווען א איד ווערט נכשל מיט א עבירה און שפעטער וויל ער טוהן א מצוה קומט דער יצר הרע און זאגט אים אז וויאזוי קען ער טוהן א מצוה ער איז דאך פארשמירט מיט עבירות? זאל מען זיך דערמאנען פון די פרה אדומה וואס פון דארט זעט מען אז טאקע ווען מען איז פארשמירט מיט עבירות איז די שכר פאר די מצוות גרעסער,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו אז מען האט שוין געבענטשט חודש ניסן און "בניסן נגאלו בניסן עתידין להיגאל" און מען זאל שוין זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי ראזענפעלד - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' וואלף בראנער - ב"פ.
שושנת יעקב הרה"ח ר' אפרים יוסף עפשטיין - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמעון ב"ר צדוק היילברוין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יצחק טייטעלבוים.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
א גוטע וואך.
~🌴~