דינסטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב גאטליעב.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ב', און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים, ווי דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך אויפצופירן מיט א איידעלע התנהגות ביים ארומגיין נאך געלט אין די הייזער, און אויך האט דער רבי מעורר געווען די בחורים נאר צו טאנצן אויף ערליכע מוזיק, און דורך דעם וועט מען האבן א אמת'דיגן שמחת פורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק צבי קליין און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג אין בית מדרשינו - בנין בראך אין וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר ר' יצחק צבי, און עקסטער אנגעווינטשן לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער למז"ט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:30 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~