מאנטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ב', און דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל"ט, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסע השפעות וואס קומט אראפ ביי קריאת המגילה און מעורר געווען די בחורים אז אפי' מען גייט נאך געלט זאל מען זעהן צו הערן קריאת המגילה ביי א מנין במתינות און נישט זיכן צו האלטן דערנאך ווי פריער.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון קופת רבינו - אבני חסד לרגל די יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט געגעבן א המלצה בריוו פאר די גבאים און פארטיילט געבענטשטע געלט,
דערנאך זענען אריין א קבוצה בחורים וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א סכום עצום פון קרוב צו פינעף טויזענט דאלער לטובת די וועד להצלת יהדות אוקריינע, דער רבי האט גאר ווארעם אנגעווינטשן ברכות לרוב פאר די בחורים,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר שפיטצער און ר' שלמה דוד דאסקאל אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה גאלדבערגער און ר' אברהם יודא שווארץ אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 9:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ראטה און ר' נפתלי יעקב דרעזנער.
און פון די מחותנים ר'
פנחס משה קליין און ר' חיים מאיר גרינפעלד אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה ארום 10:15 איז פארגעקומען א פייערליכע מעמד התמנות להוראה פאר צוועלעף נייע מורי הוראה וועלכע זענען אויפגענומען געווארן לדין ולהורות בדבר ה' זו הלכה בקהלתינו הק' אין קרית יואל,
ה"ה: הגה''צ רבי יוסף רוקח שליט''א חדב''ן ורב דביהמ''ד קול אליהו,
הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א,
הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א,
הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק',
הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א,
הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א,
הרה"ג ר' שלמה צבי עקשטיין שליט"א,
הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א,
הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א,
הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א,
הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א,
הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א.
צום ערשט זענען די מורי הוראה אריין בקודש פנימה אויף א פריוואטע פארנעם, ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה פאר די נייע מורי הוראה ווי רבינו שליט"א האט ארויס געברענגט די נחיצות און תועלת, און די גרויסע אחריות וועלכע קומט מיט מיט זייער נייעם תפקיד, און דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פאר יעדן פון די מורי הוראה באזונדער לרגל די התמנות.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד התמנות וועלכע איז פארגעקומען בהשתתפות פון די עלטערן און משפחה פון די מורי הוראה און פון די הנהלת הקהילה,
עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה די יו"ר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מראשי כוללינו בק"י, און ארויס געברענגט די גרויסע כוחות וואס די פרישע מורי הוראה האבן אריין געלייגט אנצוקומען צו דעם מינוט, ווי שוין עטליכע יאר וואס זיי גרייטן זיך, און זענען זיך ממית באהלו של תורה מיט אן אמת'ער יגיעה, ווי אויך האט ער ארויס געברענגט די שבח פון די הנהלת הכולל וועלכע האט אזויפיל כוחות אריין געלייגט אז די מורי הוראה זאלן אזוי שיין אויסשטייגן, און די הנהלת הקהילה וואס האט אסאך צוגעהאלפן בפרט מיטן געבן הוספות, און מוסיף געווען דיינים מובהקים, ובחדא מחתא אויך מוסיף געווען מיט שיינע הוספות לקראת די ימים טובים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין - מראה"ק מיט די דבר הקהילה,
און ארויס געברענגט די גרויסע צמאון צווישן דעם ציבור וואס דארשט לשמוע את דבר ה' זו הלכה, און איבער די פלענער פון קהל אויפצושטעלן נאך בתי הוראה, אריין גערעכנט אינעם ביזנעס סענטער וואו הרה"ח ר' מאיר הירש - מראה"ק האט אוועק געגעבן א פלאץ דערפאר, און עס וועט שוין בעז"ה אריין גיין אין באנוץ לקראת חג הפסח הבעל"ט, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט דורך די הנהלת הכולל וועלכע האט צוגעשטעלט ספעציעלע מורי הוראה וועלכע ספעציאליזירן זיך אין ספעציפישע מקצועות לדון ולהורות,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א און ארויס געברענגט ווי די פרישע מורי הוראה געבן אוועק פון זיך און געבן אויף אויף זייערע אייגענע רצונות און שאיפות זיך משלים צו זיין, און געבן זיך גענצליך אוועק פארן ציבור, אין א ספעציעל העכערע בחינה פון ואהבת לריעך כמוך,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א וועלכע האט פערזענליך באגלייט און פארהערט די דיינים, און ארויס געברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס די מורי הוראה האבן אז זיי זענען זוכה ללמוד על מנת ללמד אויף די העכסטע בחינה, און ווי די מורי צדק זענען נמשלו לתפוח, וואס פירותיו זענען קודם לעליו, און זיי געבן אוועק פון די בלעטער וואס זענען פאר זיך, און שטעלן קודם צי פירות פאר אנדערע,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז פונקט ווי ווען איינער זעט א צווייג פארשטייט ער אז דאס קומט פונעם בוים, אזוי אויך די דאזיגע הערליכע צווייגן קומען ארויס פונעם עץ חיים כ"ק מרן רבינו שליט"א, און די וועג מצליח צו זיין איז זיין דבוק וכפוף אונטערן עץ חיים.
און דער רב האט פארענדיגט מיט א ברכה פאר רבינו שליט"א שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש,
דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי די שטאט קרית יואל בליעט און וואקסט, און איין שכונה היינט איז גרעסער ווי גאנצעטע שטעט אינדערהיים, אן ערליכער אפגעהיטענער שטאט, און עס ווערט פארמערט שאלות ביי אידן, דעריבער איז א גרויסע שמחה אז עס ווערט נתרבה כותלי הביהמ"ד, און מען נעמט אויף פרישע מורי הוראה וואס האבן זיך משלים געווען בכמה מקצועות, לדון ולהורות צו העלפן פירן עדת ה'. דער רבי האט עקסטער אנגעוואונטשן די חשוב'ע עלטערן פון די מורי הוראה וואס האבן זוכה געווען אז זייערע קינדער זענען נתמנה געווארן אלץ מורי הוראה, וואס דאס גייט צוריק איש מפי איש ביז משה רבינו ע"ה, און ביי זיי אלע איז דא די כח המשלח, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~