פרייטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג נח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' שמעון ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די לומדי כולל לחתנים שע"י מבצר הכוללים אין ביהמ"ד ארגענטינע.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
ב"ר שמעון שווארץ הי"ו.
ב"ר ארי' וויינבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים, און פאר אלע חתנים לומדי הכולל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די חתנים און מעורר געווען אויסצוניצן די חדשים אלץ חתן זיך צוצוגרייטן צום חתונה מיט אן ערנסטקייט און מיט לימוד התורה, און זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
א גוט שבת.
~🌴~