דאנערשטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק שאול כוואן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 12:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די קרוב צו 1,700 תלמידי המתיבתא בליעה"ר,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי הישיבה אין מסכת כתובות,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור מיט אלע ענינים, גיין אין מקוה יעדן טאג, לערנען חסידישע ספרים, לערנען ספרי מוסר, מעביר סדרה זיין, גיין נאך געלט און ארויסהעלפן א חבר ווען מען זעט אז ער דארף הילף סיי בגופו און סיי בממונו, אפרעכטן אלע סעודות שב"ק ווי עס פאסט ובפרט שלו"ס זאל מען זיצן אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור און זינגען די זמירות מיט אן ערנסטקייט,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדע בחור איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה הן מיט די לימודי הישיבה, הן מיט די זמני הישיבה, ובפרט די תקנות פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע מייסד הישיבה נישט צו דרייוון קיין קאר, נישט גיין צו קיין חתונות און תנאים'ס, זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און נאך פילע תקנות הישיבה,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די היינטיגע ניגונים און טענץ ביי חתונות, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו אנהאלטן די חתונות און שמחות אויף די אמאליגע אופן מיט ערליכע ניגונים און איידעלע טענץ,
אזוי אויך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די חיוב אוועקצושטיין פון די טומאת הציונית מיט אלע אירע אנגעלעגנהייטן, נישט ווערן נאכגעשלעפט פון זייערע פראפעגאנדע און פון זייערע נייעסן ע"ד המסורה לנו פון רביה"ק זי"ע, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 1:50.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:45 איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש קאנגרעסמאן 'פעט רייען' וועלכע פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה,
דער רבי האט זיך צום ערשט באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן די נייע געזעץ לטובת די היימישע חינוך אין ניו יארק און זיין שטענדיגע הילף פאר נאך פילע ענינים,
דערנאך האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים לטובת די טויזנטער תושבי קרית יואל און אזוי אויך האט ער צוגעזאגט צו שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבת גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו און הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד דניאל כיבודי הי"ו און הרה"ח ר' עזרא אריאל מזרחי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר מאיר ישראל שפיטצער שליט"א און הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי לייב צוויבל הי"ו און הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט''א און הרה"ח ר' חיים יחזקאל בר"א ראזענבערג הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א און הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א - רב דביהמ''ד יראי השם בשכונת ברוך טעם אין קרית יואל המורחבת, צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די הנהלת הביהמ"ד ותושבי השכונה איבער די פילע שיעורי תורה דעם פארלאפענעם חודש תשרי אינעם ביהמ''ד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה''ג ר' מרדכי שליט''א ובנו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
נאך מעריב איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג לך הבעל"ט בבית מדרשינו הגדול אין וומ''ס,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה.
~🌴~