מוצ"ש ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש ויקרא=
שמחת השבע ברכות בצל הקודש אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה,
נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען ניגונים לכבוד יוט פורים הבעל"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש צום ערשט בדברי אגדה ורמז בעניני נישואין און דערנאך משלב געווען בעניני פורים און צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכות פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצען פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן די בדחנים ר' אברהם יוסף מארקאוויטש און הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
ברכה אחריתא: די מחותן הר"ר חיים דוד רובין שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
א גוטע וואך.
~🌴~