שבת קודש פרשת ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת ויקרא
~שבת זכור~
=שבת של שמחה שבת שבע ברכות בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אוהל פיגא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:05.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן בניו וחתניו פון הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א,
כל מקדש: הר"ר שמעון ישראל מייזליש שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר שלמה פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקרא אל משה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הר"ר יואל רובין שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק.
קה רבון עלם: הר"ר פייבול זינגער שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם יודא לעבאוויטש.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, און דערנאך האט רבינו שליט"א מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן.
דערנאך האבן געטאנצען לפני הכלה די זיידעס הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א און דערנאך די מחותנים די אבי החתן און די אבי הכלה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפילה למשה בב"פ.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק טייטלבוים שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און פארגעזאגט די יוצרות לשבת זכור, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר לייבוש טייטלבוים שליט"א און הר"ר יוחנן האלבערשטאם שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
כהן: הרה"ח ר' אלימלך דייטש - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' חיים העלער.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן נפתלי ב"ר אברהם סופר - באווארפען.
חמישי: החתן גרשון ב"ר אברהם לייב פעלבערבוים - באווארפען.
שישי: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
שביעי: החתן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א.
הוספות: די מחותן הר"ר חיים דוד רובין שליט"א. און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
אחרון: הגה"צ רבי יקותיאל טייטעלבוים שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר - ק"י.
מפטיר די קריאה פון זכור האט רבינו שליט"א עולה געווען און פארגעליינט מיט גרויס התלהבות.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מנחם פארגעס.
ר' יעקב יושע מענדלאוויטש.
ר' יואל ברנ"ה פריעדמאן.
הגבה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש.
גלילה: הרה"ח ר' מעכיל פעלבערבוים.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יעקב ישראל רובין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העלער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר יואל רובין שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' אלי' משה ראטה.
שלישי: הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' אליעזר לעוו - לאנדאן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין - ב"פ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק זכור את אשר עשה לך עמלק און דער מדרש שטעלט עס צוזאם מיטן פסוק זכור את יום השבת לקדשו, לכאורה וואס איז די שייכות?
האט דער רבי געזאגט אז די סגולה פון שמירת שבת איז אז עס ברענגט אריין א קדושה אין די מענטש אז ער זאל זיך קענען פירן בקדושה ובטהרה, וואס דאס האט עמלק געוואלט 'אשר קרך בדרך' ער האט געוואלט מכשיל זיין כלל ישראל בעניני קדושה, במילא פארשטייט מען די שייכות פון די צוויי זכירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן - ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יצחק שווארץ.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
א גוטע וואך.
~🌴~