פרייטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אינאיינעם מיט ישיבה קטנה אהבת התורה בהנהלת הר"ר משה שמואל ראטענבערג.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם אבערלענדער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן יודא שווארץ ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים אין ביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און דער רבי האט נאכגעזאגט א ווארט פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ווי ער זאגט אז ווען א מענטש רעדט מיט זיין מויל דברים אסורים ווערט זיין מויל טריפה און וויאזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען? איז די עצה צו לערנען פארן דאווענען און דאס כשר'ט די מויל צו קענען מתפלל זיין ווייל די תורה איז צוגעגליכן צו פייער און דאס כשר'ט די מויל,
האט דער רבי געזאגט אז די מלחמה מיט עמלק האט מען נאר מנצח געווען מיט תפילה 'והיה כאשר ירים משה את ידו -בתפילה וגבר ישראל', האט דער רבי געזאגט אז יעדע איד האט זיך זיין פריוואטע מלחמה מיט זיין עמלק און דאס קען מען נאר מנצח זיין מיט תפילה במילא דארף מען לערנען פארן דאווענען כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פאר די בחורים.
א גוט שבת.
~🌴~