דאנערשטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים משה ביטמאן.
ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר חנני' גאלדבערגער און ר' ישראל ארי' האלענדער אין די זאלן פון כינור דוד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס, ביים אנקומען איז דער רבי געווען אויף א לענגערע באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן, אין באגלייטונג פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - בעל מכשיר פונעם בית האופה, און די הנהלת בית האופה,
דערביי האט מען געוויזן די פלענער פונעם נייעם בית האופה וואס ווערט געבויעט, דערנאך האט דער רבי באזוכט אינעם אפטיילונג פון די רחיים של יד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט,
אויפן וועג ארויס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', ווי רבי בנציון האט איבערגעגעבן א באריכט פון די אסיפה אין אלבעני מיט די בארד אף רידזענט'ס, און איבער די פעולות אויפן פראנט למען הצלת יהדות אוקריינע.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט צוגעשטעלט געווארן דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד פריעדמאן ממתפללי הביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות אין פיש און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש צום ערשט בדברי דרוש ואגדה בעניני נישואין, און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח פונעם ביהמ"ד, און דערציילט זכרונות פון ימי ילדותו אינעם ביהמ"ד,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישעי' סאקס מיט דברי בדחנות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די מחותן די אבי החתן, מיט ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~