מאנטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"א ווייס ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה שמואל ניימאן און ר' יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל הכהן קאהן און ר' משה יצחק רייזמאן אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 10:15 אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צו די אטריום זאלן אין מאנסי צו די מעמד 'הדר קבלוה' פאר אלע הורי תלמידי מוסדותינו הק' פון מאנסי,
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש מראשי המוסדות בק"י,
דערנאך האט הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א מנהל ישיבתינו הק' 'קנין תורה' במאנסי פארגעליינט די תקנות ויסודות הדת פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע איז באשטעטיגט און אינטערגעשריבן געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א,
ארום 11:35 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט קורצע דברי תורה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה פאר אנ"ש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי מען דארף זיין אפגעשיידט פון די אמעריקאנע גאס און פון די 'אידישע תאוות עוה"ז', און ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון מאכן גדרים וסייגים אין שמירת הדיבור והמעשים, און דערנאך ארומגערעדט אז מען זאל דאווענען בבתי מדרשים דקהילתינו און זיכער צו מאכן צו האבן שיעורים כסדרן און איבער די חיוב וואס ליגט אויף יעדעם אויסצופאלגן די תקנות און פארענדיגט מיט דברי שבח פון קהילותינו ומוסדותינו הק' אין שטאט מאנסי,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען גאר שטארקע חובת השעה, רבינו שליט''א האט מיט א קול געשטיקט מיט טרערן ארויסגעברענגט די מצב העולם די מצב פון אחינו בני ישראל הנתונים בצרה אין אוקריינע ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בדמעות שליש,
"אכציג יאר צירוק האט יעדער געפרעגט ווי זענען די אמעריקאנער אידן יעצט אין די צייט פרעגט מען ווידער די קשיא פון אינז ווי זענען די אמעריקאנער אידן"
מדארף מרעיש עולמות זיין! סאיז א סכנה גדולה! יעדע מינוט איז א סכנה בגשמיות וברוחניות עס איז פיקוח נפש און איז דוחה שבת!
דער רבי האט געבעטן אנשי שלומינו ארויסצוהעלפן בכל מה דאפשר און געזאגט אז מען דארף גרינדן א וועד הרבנים אין א וועד בעלי בתים צו ראטעווען אידן און טוהן אלעס וואס מען קען צו ראטעווען די אידן הן מיט געלט און הן מיט עסן, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו אז מען זאל ניצל ווערן מכל צרה וצוקה בכל מקומות מושבותיהם בביאת גואל צדק בב"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~