זונטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר אברהם יעקב מערמעלשטיין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 2:45 האט רבינו שליט"א זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, חתן הגה''צ אב"ד בית אהרן שליט''א, עב"ג החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומ"ס, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב, חתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יושע מארמארשטיין ע"פ אשתו ע"ה.
ארום 5:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים ארום 5:35, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הרה''ח ר' משה יושע ווייס אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן און דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, און געבענטשט דעם חתן.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן די זיידע הגה''צ אב''ד בית אהרן שליט''א מיט סידור קידושין,
קריאת הכתובה: הגה''צ רבי יוסף טייטלבוים שליט''א אב''ד נעפלמיץ,
ברכות ראשונות: די זיידע הגה''צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א,
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט''א אב"ד ציעשנוב.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א - ר"י אוהל תורה בב"פ, און הרה"ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט"א מנהל ישיבתינו הק' סניף מבצר התורה בוומ"ס,
עדי יחוד: הר"ר אברהם יוסף ראזענבוים,
און הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין,
דערנאך האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזן אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה ארום 7:40 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 9:40, דער רבי איז געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די פעטערס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר מרן רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 11:00,
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה''צ אב''ד ור''מ דקהילתינו וומ''ס שליט"א, און מיט ברכה אחריתא הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' 15טע עוו.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים זיידעס וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן און דערנאך מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ובני המשפחה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגעריפן צום מצוה טאנץ די געהויבענע זיידעס הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און הגה"צ רבי יקותיאל שליט"א, און דערנאך די אבי החתן שליט"א און אבי הכלה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דערנאך האט די בדחן אויסגעריפן די חתן בדברי בדחנות, מען האט געטאנצען אשת חיל און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה און דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~