מוצ"ש פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש פקודי=
ארום 11:00 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער ווי עס איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה, און דערנאך איז געווען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' נחמי' שלמה האט אפגעקויפט א כתה במוסדותינו הק' אין מאנסי, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' נחמי' שלמה און די גאנצע משפחה, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט ר' נחמי' שלמה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי יואל לעבאוויטש ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת די ישיבת קטנות פון מאנסי 'ישיבת קנין תורה' און 'ישיבת דרכי התורה',
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן און הגה"צ אב"ד מאנסי שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר מרדכי יואל און פאר אלע משתתפים,
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם ספרים שטוב ווי עס איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
דערנאך איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~