שבת קודש פרשת פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת פקודי
פארן זמן האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מענדל ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן.
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר חנני' גאלדבערגער.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די נייע קאסע פאר די פלטים פון אקריינא, ווי די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט בהוראת רבינו שליטא אז זיי זאלן ח"ו נישט אריינפאלן אין די הענט פון די ציונים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בלאנדאן.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה פקודי המשכן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו פאר מתן תורה האבן די אידן געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שלמה געשטעטנער - ביתר.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג ז' אדר.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען ציעשנוב רב שליט"א צו פארציילן סיפורים.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב ק"י.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בר"א ווייס.
אז ביום השביעי: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:00 אזייגער.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יודא פריעדמאן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום וועבערמאן.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' ישראל אשר לעווי.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל 'ברכה סימא' נאך הרבנית אשת חבר פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע.
רביעי: החתן אברהם ב"ר חיים אלי' צוויבל - באווארפן.
חמישי: החתן יואל עמרם ב"ר חנני' גאלדבערגער - באווארפן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' לוי יצחק ווערטהיימער.
ר' משה יודא בר"י עקשטיין.
שביעי: החתן מרדכי בנציון ב"ר דוד בר"מ עקשטיין - באווארפן.
הוספות: החתן יעקב משה ב"ר יואל פאלאטשעק - באווארפן.
החתן משה מענדל ב"ר יושע עסטרייכער.
החתן וואלף בהר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן.
הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט"א - ראה"כ בראד.
אחרון - חזק: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
הגבה: הרה"ח ר' ישעי' זילבערשטיין - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל גרינפעלד - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולדה אצל חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הגה"צ רבי יוסף שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה פקודי המשכן און ארומגערעדט אז די נשים זענען ניצל געווארן פונעם חטא העגל בזכות פון דעם וואס זיי גייען אנגעטוהן צניעות'דיג און בזכות דעם וועט מען ווערן אויסגעלייזט פונעם ביטערן גלות,
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שמחה ווען עס ווערט געבוירן א מיידל און ווערט מגדל על דרך התורה והצניעות און דאס איז מקרב די גאולה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פארן בעל שמחה און די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל בר"א ווייס.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק ווייס - ב"ב.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק אלה פקודי המשכן, ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז ווען איינער ווערט ח"ו נכשל מיט א עבירה קומען די חיצונים און כאפן אוועק די מצוות ומעשים טובים פונעם מענטש, זאגט אבער די בעלזא רב זי"ע אז די לימוד התורה פון די מענטש קענען די חיצונים נישט אוועקנעמען,
און דער רבי האט מוסיף געווען אז נישט נאר וואס זיי קענען נישט אוועקנעמען די לימוד התורה נאר די תורה איז מגיני ומצלי אז די חיצונים זאלן נישט קענען אוועקנעמען די איבריגע מצוות פון די מענטש,
און דאס איז טאקע געווען די גזירה פון המן הרשע ווי ער האט געוואלט 'להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים' וואס דאס זענען די גופים 'ושללם לבוז' וואס דאס זענען די מצוות ומעש"ט פונעם מענטש דורך דעם וואס ער האט מכשיל געווען כלל ישראל מיט עבירות חמורות, און פארדעם האט מרדכי הצדיק צוזאמגענומען כלל ישראל און געלערנט מיט זיי תורה וואס דאס קען נישט ווערן פארכאפט דורך די חיצונים, און איז מציל די איבריגע מצוות פון די חיצונים, און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התחזקות ללימוד התורה יעצט אין די טעג פאר פורים אז מען זאל זיך מקבל זיין די עול התורה והמצוות מאהבה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קודש אז די אלע אידן וואס זענען במקום סכנה זאל הקב"ה ירחם עליהם אז יעדע אידיש נפש זאל ניצל ווערן און נישט געשעדיגט ווערן בכל מקומות מושבותיהם, בברכת ביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט"א - ראה"כ בראד.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער מאנטריאל.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה מענדל ב"ר יושע עסטרייכער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם ווידער.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
א גוטע וואך.
~🌴~